🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז שבט תשפ״ה · Feb 25, 2025 · 8:02 PM
#961
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תרומה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ט' ע"ב - י' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:45.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 5:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רב אריין אין איינער פון די כתות וואו עס זענען אריינגעגאנגען די תלמידי שיעור ג' צוטיילט אין עטליכע חבורות און זיך פארהערט הלכות בשר בחלב,
די בחורים האבן אדורכגעלערנט דעם סוגיא במשך די פארגאנגענע יאר אין שיעור ב', און במשך ליל שישי אין די פארגאנגענע וואכן פון שובבי"ם אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות איבערצו'חזר'ן די לימודים אויף וואס מ'האט זיך יעצט געשטעלט על כור המבחן ביים רב,
דער רב האט פארהערט די תלמידים פאר איבער א שעה צייט און געשעפט גרויס קורת רוח פון די בהירות מיט וואס די בחורים האבן געענטפערט אויף יעדן שאלה זייענדיג אויסגעקאכט אינעם גאנצן סוגיא כמונח בקופסא,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 6:45.

ארום 7:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבערג געגנט,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה,
צום ערשט האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון יראת שמים, ווייל אויב מען האט נישט קיין יראה איז די תורה גארנישט ווערד, און ארויסגעברענגט אז עס קומט שוין חודש אדר, עס קומט שוין דעם יום טוב פורים, מ'דארף זעהן צו זינגען ערליכע ניגונים, מ'דארף זיין איידל, מ'זאל חס ושלום נישט צוקומען צו קיין הוללות.

דער רב האט ארומגערעדט דברי הכנה צו די מארגנדיגע שחרית וואו מען וועט האבן די זכיה צו דאווענען מיט'ן רבי'ן שליט"א, און ארויסגעברענגט וויפיל מ'קען אלץ קונה זיין, און מ'זאל זעהן אויסנוצן דעם געלעגנהייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, דאן איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן פריוואטע ענינים וואס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 8:20.

ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען לביתו אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128