🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אדר תשפ״ה · Mar 3, 2025 · 7:04 PM
#976
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תצוה =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה לוי חיים ב"ר ישראל הכהן לאנדא הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ז' ע"ב - ח' ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:20 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

נאך מעריב איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל צום שמחת החתונה פון החתן בן ש"ב כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצוק"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נטע ליבערמאן שליט"א - מ'בעסערמין ור"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים אויפ'ן אויבנאן,
האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און געהויבענע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט'ן חתן און דערנאך אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס הרבנים שליט"א.

ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען די חודש'ליכע בחינות אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי און חבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' וואו הונדערטער בעלי בתים ואברכים און זקני אנשי שלומינו פארהערן זיך די בלעטער גמרא תוס' וואס מ'האט געלערנט דעם פארגאנגענעם חודש במסגרת החבורות,
דער רב האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט,
עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט די הנהלת החבורות און מ'האט ארומגערעדט איבער די הצלחה פון ביז יעצט און די ווייטערדיגע פרטים.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר שמואל גרין הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנציון וויינבערגער הי"ו - מאנסי, און הרה"ח ר' חיים יעקב שאהנפעלד הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק אייזיק הירש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 111