🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט שבט תשפ״ה · Feb 27, 2025 · 4:17 PM
#964
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תרומה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י' ע"ב - י"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 10:45.

ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 5:15.

ארום 5:35 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף היכל התורה בהנהלת הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאכ'ן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און אויף די מדרשים, און ארומגערעדט בעניני תפילה,
דער אמרי נועם זאגט אז תרומה איז בגי' קול תפילה, מ'דארף דאווענען אויפ'ן קול, אבער נישט סתם שרייען ביים דאווענען אן קיין כוונה, נאר 'את כל איש אשר ידבנו לבו', מ'דארף אינזין האבן אין הארץ וואס מ'רעדט,
תפילה איז אין פארגלייך צו א דומם, און כדי אויפצולעבן דעם דומם דארף מען עס מקשר זיין צו א מקור פון חיות, אזויווי מ'זעהט א מייק וואס ארבעט נאר ווען ס'איז באהאפטן צו די וואנט, די זעלבע זאך קען מען נאר זיך שטעלן דאווענען מיט אן ערנסטקייט ווען מען שטייט אויף פארטאגס און מ'לערנט פארדעם,
אזוי אויך קען מען זעהן בשעת'ן דאווענען די אחדות וואס אידישע קינדער האבן איינער צום אנדערן, וויפיל מ'האט אינזין א צווייטן, און צו מען דאווענט הויעך כדי מעורר צו זיין א צווייטן אזויווי דער ישמח משה זאגט אז דאס איז די גאנצע ענין פון דאווענען אויפ'ן קול, און וועגן דעם האט אויבערשטער געזאגט ויקחו לי תרומה וואס דאס איז בגי' קול תפילה נאר נאכדעם וואס די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע א לשון רבים אז זיי גייען זיך אויפפירן באחדות.
דער רב האט זיך באצויגן צו די אסיפה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם זונטאג בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אלע עלטערן פון תלמידי מוסדותינו הק' און מ'האט אוועקגעשטעלט גדרים וסייגים אין די נושא פון טעכנאלאגישע כלים למען הצלת דורותינו,
מ'האט גערעדט אין אלע ישיבות דערוועגן, און די בחורים זאלן זיך צושטעלן צו אלעס וואס מען הייסט, כדי צו קענען שטיין ווי א חומה בצורה אין די גוי'אישע גאס פעלזן פעסט מיט אונזער אידישקייט און נישט נאכלאזן קיין זיז כל שהוא.

דער רב האט אויסגעפירט מ'זאל זעהן אז דעם יום טוב פורים וואס איז ממשמש ובא זאל אריבערגיין רואיג, מ'זאל זיך אויפפירן איידל, און מ'זאל פאלגן אלעס וואס די הנהלת הישיבה הייסט,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל זוכה זיין צו ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך באהבה,
מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 120