🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ה שבט תשפ״ה · Feb 23, 2025 · 2:15 PM
#950
= וביום השבת קודש =

ארום 8:50 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל החדש אינעם ביהמ"ד און פארגעלערנט א שיעור בספרי חסידות פאר די בחורי חמד,
דער רב האט פארגעלערנט עטליכע שטיקלעך אינעם ספר הקדוש ייטב לב, און בתוך הדברים מוסיף געווען שיינע טייטשן,
צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז אין שבת קודש איז דא צוויי חלקים, ס'איז דא הלכות פון שמירת שבת וואס מיט דעם איז יעדער איינער גלייך, און נאכדעם איז דא די חלק פון מכבד זיין דעם שבת, אריינלייגן אן עבודה אינעם דאווענען, אין די זמירות ותשבחות ביי די סעודות וכדומה, וואס דאס איז ביי יעדן אנדערש, און מ'דארף זעהן אריינצולייגן ווי מער כוחות אין דעם חלק, און זיין פון די אויסדערוועלטע וואס ווייסן באמת וואס מײנט א שבת קודש,
דערביי האט דער רב מעורר געווען אז מ'זאל לייגן א שטארקע געוויכט צו זיין צייטליך שבת קודש ביים דאווענען, און ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט דערפון,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.

דערנאך איז דער רב אריבער צו חדר דברי יואל וואו עס קומט פאר די חברת תהלים פאר די ילדי תשב"ר אנגעפירט דורך מוה"ר יואל הירשפעלד הי"ו,
דער רב האט משמיע געווען קורצע דיבורים ארויסברענגענדיג די חשיבות פון זאגן תהלים שבת קודש אינדערפרי, ובפרט ביי קינדער, און אפילו ס'איז נישט גרינג, נעמט מען זיך צוזאם צו אזא עבודה, האט עס זיכער א גרויסע כח אויבן אין הימל.

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
צו ברכות איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטטער שליט"א - מו"ץ,
פסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט בהתלהבות אש,
צו חזרת הש"ץ האט דער רב צוגעשיקט הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו,
בעל קורא: מוה"ר אלכסנדר יצחק מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: מוה"ר פישל כ"ץ הי"ו,
לוי: מוה"ר מאיר משה לעווינגער הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, דערביי האט ר' אברהם זיך אונטערגענומען מנדב צו זיין דעם נייעם היכל אינעם ביהמ"ד וואס וועט גערופן ווערן 'היכל לב אהרן',
חמישי: הר"ר יעקב בהרי"ד טעללער שליט"א,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הרה"ח לוי יצחק גאלדבערגער הי"ו,
אחרון: הר"ר חיים הערש שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
מפטיר: הרה"ח ר' חיים יעקב שאהנפעלד הי"ו,
הגבה: מוה"ר לייב מיכל גראס הי"ו,
גלילה: הבחור החתן משה ב"ר פישל לעבאוויטש ני"ו,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרױס התעוררות.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר ישעי' גראס שליט"א - יו"ר התאחדות אברכים,
פתיחה לאנעים זמירות: מוה"ר הערשל פעקעטע הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.
👁 108
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ה שבט תשפ״ה · Feb 23, 2025 · 2:15 PM
#949
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת משפטים - שבת מברכים חודש אדר - שבת התאחדות 'ורוממתנו' בקרב קהילתינו הק' בשכונת קעסקעיד בהיכל בית מדרשינו בנין געלבשטיין =

ערש"ק אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב אנגעקומען צום אכסניא בבית הר"ר קלמן יאקאבאוויטש שליט"א וואו דער רב האט זיך אויפגעהאלטן במשך גאנץ שבת קודש.

ארום 5:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט געזאגט שיר השירים,
דערנאך האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה ערב שבת קודש און פארגעדאווענט בהתלהבות אש.

פאר קבלת שבת האט דער רב אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים כהכנה לשבת קודש,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'שטייט אין די לעצטע שבת פון די ימי השובבי"ם, און מען קען אלעס מתקן זיין אפי' אויב מ'האט פארפאסט ביז יעצט, מ'זאל אויסנוצן די געלעגנהייט און נישט פארפאטשקענען די מינוטן בעת נעילת שער.

דער רב האט ארומגערעדט בשבח פון די אנשי שלומינו מתפללי הבית המדרש, ארויסברענגענדיג די כח התורה פון דעם ביהמ"ד, די אש העבודה, און די עמוד גמילות חסדים, וואס די אלע דריי זאכן זענען גאר שטארק אוועקגעשטעלט אינעם ביהמ"ד, און מ'הערט כסדר צוריק גוטע גריסן אז די ביהמ"ד איז מורא'דיג אויסגעצייכענט אין די ענינים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:40 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים פון די ספרים הקדושים בתוספת נופך משלו אויסטיישטנדיג די פסוקי הפרשה.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק בפרשת השבוע 'וכי יזיד איש על רעהו להרגו בערמה, מעם מזבחי תקחנו למות' און אויסגעטייטשט אויף צוויי אופנים בדרך דרוש ופלפול, און דערביי ארומגערעדט איבער דעם ענין פון זיך מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק,
ויהיו רחמיך: הר"ר קלמן יאקאבאוויטש שליט"א.

דער רב האט אנגעהויבן אודה לקל,
ברכת המזון: הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט אויס דעם קומענדיגן דאנערשטאג - כ"ט שבט.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
אז ביום השביעי: הר"ר בעריש מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד איהעל וומ"ס שליט"א,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:50 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.
👁 96
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ג שבט תשפ״ה · Feb 21, 2025 · 4:01 PM
#948
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת משפטים - שבת מברכים חודש אדר - שבת התאחדות 'ורוממתנו' בקרב קהילתינו הק' בשכונת קעסקעיד בהיכל בית מדרשינו בנין געלבשטיין =

זמן הדלה"נ: 5:23
סו"ז קרי"ש: 8:48
זמן מוצש"ק: 6:52

מנחה ערש"ק: 6:05,
פאר קבלת שבת וועט דער רב אויפטרעטן מיט דברים אחדים בדברי הכנה לשבת קודש בעת כניסת השבת.

התוועדות ליל שב"ק: 10:00 בהיכל הביהמ"ד,
עס וועט זיין צוגעשטעלט מערערע זיץ פלעצער און שטיי פלעצער פאר'ן גאנצן ציבור פון אלע עקן שטאט זיך דערווארעמען ביים הערליכן התוועדות בראשות דער רב שליט"א.

שב"ק אינדערפרי אום 8:45 וועט דער רב פארלערנען א שיעור מיוחד פאר די בחורי חמד בספרי חסידות בדברי הדרכה והשקפה,
פאר'ן דאווענען וועט זיך דער רב באטייליגן ביי די חברת תהלים דורך די ילדי תשב"ר און משמיע זיין דברי התחזקות,
תפילת שחרית: 9:30 ברכות.

מנחה ושל"ס: 5:55,
די היכל הביהמ"ד וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס וועלן זיך צוזאמענקומען פון נאנט און ווייט בעת רעווא דרעווין לרגל סיום ימי השובבי"ם,
באזונדער וועלן זיין פארענטשעס פאר די בחורי חמד און ילדי תשב"ר צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע מינוטן בעת רעוא דרעוין.

תיכף נאך תפילת מעריב וועט זיין צוגעשטעלט באסעס אהיימצוטראגן אלע אנשי שלומינו צו די ווייטערע געגנטער.


א גוט שבת.
~🌴~
👁 104
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ג שבט תשפ״ה · Feb 21, 2025 · 1:09 PM
#946
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת משפטים =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
ארום 6:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו אמירת תהלים וואו דער רב האט אויסגעזאגט חצי ספר תהלים אינאיינעם מיט די בחורים לרגל די ימי השובבי"ם,
מען האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 7:10 איז דער רב אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול און פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ח' ע"ב - ט' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 116
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ג שבט תשפ״ה · Feb 21, 2025 · 1:09 PM
#945
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת משפטים =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ח' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 6:10 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 6:45 תפילת מעריב אין חדר ג'.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביי די תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם יושע יודא רעטעק הי"ו און מוה"ר אברהם סופר הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא, דער רב האט געליינט תנאים,
ביי די בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יושע שלמה מערץ הי"ו אין די זאלן פון מנוחה ושמחה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 98
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ג שבט תשפ״ה · Feb 21, 2025 · 11:41 AM
#944
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת משפטים =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ז' ע"ב - ח' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:20.

ארום 6:45 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר יקותיאל הערש ווייס הי"ו - מאנטריאל, עב"ג הכלה בת הר"ר נפתלי הירצקא ברא"ו פריעדמאן שליט"א אין די זאל פון ויואל משה.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביי די חתונה פון החתן בן מוה"ר יוסף שפיטצער הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"י רעטעק הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביי די בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יחיאל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון מנוחה ושמחה.

דער רב איז געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת גאלדבערגער היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' מנחם מענדל גאלדבערגער ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

באזונדער האט דער רב באשיינט דעם שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מטארנא שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א - ר"י וויזניץ וויליאמסבורג, בנו יחידו של כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ בית שמש שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אין וויליאמסבורג,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און געהויבענע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, און מיט די מחותנים און געהויבענע זיידעס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 101
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״א שבט תשפ״ה · Feb 19, 2025 · 10:56 AM
#929
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת משפטים =


ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ז' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:30.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת הר"ר ישראל מאיר רובין שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי"ו און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילתינו הק' ומח"ס נר המאיר, אין די זאל פון אפריון קראסנא, דער רב האט געליינט תנאים,
ביי די חתונה פון החתן בן מוה"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר ישראל מאיר רובין שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר חיים ארי' שווארץ הי"ו אינעם עזרת נשים שע"י ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 114
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ שבט תשפ״ה · Feb 18, 2025 · 2:06 AM
#918
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת משפטים =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ו' ע"ב - ז' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגן הגבה.

ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען פארנט פון בית מדרשינו הגדול צום לויה פון הרה"ח ר' מענדל גאלדבערגער ע"ה,
דער רב האט משמיע געווען דברי הספד און ארומגערעדט בשבחו של מת, דערנאך האט דער רב באגלייט די מיטה פאר א שטיק צייט.

ארום 3:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 5:15.

ארום 5:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף חכמת התורה בהנהלת הר"ר אלעזר פאנעט שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני תפילה, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די סיבה פארוואס מ'דארף דאווענען אויפ'ן קול, אפי' דער אויבערשטער הערט דאך אויס יעדן מענטש און ווייסט וואס ער וויל אפי' מ'דאווענט נישט הויעך, נאר דער ישמח משה זאגט אז די ענין פון קול תפילה איז נאר כדי אנדערע מענטשן זאלן נתעורר ווערן צו דאווענען בעסער.

דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון אויפשטיין פארטאגס, און ארויסגעברענגט אז דער יצר הרע דערויף איז זייער גרויס, דערביי האט דער רב אויסגעטייטשט די מסורה פון דריי מאל 'כצאת', אז מען דארף גיין אין ביהמ"ד פרי אזויווי א תלמיד חכם, און נישט שפעט ווען די קנעכט גייען.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז אפי' ווען איינער איז ברום המעלה ווען ער געפונט זיך אין ביהמ"ד, דארף מען אבער זיכער מאכן אז װען מ'גייט ארויס פון ביהמ"ד זאל מען נישט פאלן פון די מדריגה, און בלייבן מיט'ן שטאנד.

דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח דאס וואס ישיבת חכמת התורה האט פאראיאר געטוהן אנדערש ווי די וועלט און מ'האט געהאט ישיבה פורים צופרי, ווייזנדיג די וועג פאר די גאנצע וועלט, דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט דערפון, און ווי א שטארקע אפקלאנג ס'האט געשאפן אין די ישיבה וועלט.

דער רב האט אויפגעפאדערט פון די תלמידי הישיבה אז מ'דארף זעהן אויסצונוצן די לעצטע וואך שובבי"ם, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז אהיים לביתו.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א - ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"א ניימאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר יקותיאל אהרן ברי"י הכהן רובין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברז"ל גליק הי"ו אין די זאל פון ויואל משה.

ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א - ב"פ, עב"ג מוה"ר יואל ניימאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים שמחת השבע ברכות פון הכלה בת ש"ב הר"ר יואל שליט"א בן הגה"צ ר' יחזקאל מייזליש שליט"א - אב"ד איהעל וומ"ס אין די זאל פון פארק מענאר סעליש,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה און נאך,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר עזריאל שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה אהרן ציממערמאן הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל ברי"מ בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביי די חתונה פון החתן בן מוה"ר יקותיאל אהרן הכהן רובין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל גליק הי"ו אין די זאל פון ויואל משה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 114
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ שבט תשפ״ה · Feb 18, 2025 · 1:21 AM
#917
שפעטער איז דער רב אריבער אין שטוב פון הר"ר חיים שלמה קרויס שליט"א - חבר הנהלת ישיבה קטנה דרך התורה, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה פארגאנגענע וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מקומות הקדושים אין אייראפע, איבער די מנהג פון זאגן מגן אבות, איבער די צדיקים לבית דעעש, און איבער די שבתים וואס רבותיה"ק בעל דברי יואל יואל און בעל ברך משה ולהבחל"ח מרן רבינו שליט"א האבן געפראוועט אין שטאט מאנסי.

באזונדער האט מען ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון ישיבת דרך התורה, איבער די געוואלדיגע אויסטערלישע הצלחה וואס באגלייט די ישיבה מיום הוסדה ועד עתה למעלה מן המשוער,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואו הר"ר חיים שלמה שליט"א האט בייגעשטייערט א סכום הגון לטובת דעם נייעם בנין פאר ישיבת דרך התורה,
דער רב האט אונטערגעשריבן די שטר אינאיינעם מיט'ן נדבן, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הר"ר חיים שלמה שליט"א, פאר'ן חתן, פאר'ן מחותן הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, און די בני המשפחה,
דער רב האט פארלאזט דעם שטוב ארום 6:00.


אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אשר זעליג בלייך הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת קליין.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 9:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים ק"י עב"ג בת מוה"ר שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו אין זאל פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הב' בן מוה"ר וואלף בער רעטעק הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל,
ביי די שבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יחזקאל מאיר טענענבוים שליט"א בן הרה"ג ר' שרגא שליט"א וחתן הר"ר יעקב שווארץ שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יודא נתנאל גראס שליט"א בן הר"ר חיים אליעזר שליט"א - סגן ראה"ק דקהילתינו הק', וחתן הגה"צ אבד"ק לאנדסבערג שליט"א, אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 98
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ שבט תשפ״ה · Feb 18, 2025 · 1:21 AM
#916
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת משפטים =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ד' ע"א - ו' ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:20 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 4:15 איז דער רב אנגעקומען אין בנין התלמוד תורה בנין הירש גאלדבערגער לאנדא,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד פון די תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה וואו עס איז פארגעקומען א שבע ברכות פאר החתן בן הר"ר ירחמיאל זאב פריעד שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יואל שפיטצער שליט"א - מנהל כתה ט',
ביים אריינקומען האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און דער רב האט זיך באגריסט מיט די מנהל און די מלמדים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן און מחותנים, און געוואונטשן פאר אלע בחורים.

עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו בדברי בדחנות לשמחת חתן וכלה,
באזונדער האט ר' הערשל ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ביים גאנצן ציבור כלל אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אז דער רב שליט"א האט זוכה געווען אז א דור שלישי איז אריין בקישור החיתון.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה מיט גאר וויכטיגע יסודות פאר בחורים ובפרט אין דעם גיל פון נאך בר מצוה ארויסברענגענדיג במתק לשונו פילע ענינים הנוגעים למעשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם, און מ'דארף זעהן וואס מ'קען זיך פארבעסערן ובפרט אין לימוד התורה און תפלה.

דער רב האט ארויסגעברענגט פילע נקודות למעשה וואס איז נוגע פאר בחורי חמד אין עניני לימוד התורה, לערנען רצופות, לערנען פאר'ן אויבערשטן, זיך ממית זיין באהלה של תורה, און די מושג פון א תורה'דיג לעבן וואס איז כי הם חיינו ואורך ימינו.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון שטיין אויף איין פלאץ ביים דאווענען, און דאווענען אויפ'ן קול,
וואס בחור'ישע יארן איז פאר א מענטש, און וויאזוי מ'דארף עס אויסנוצן, אוועקצושטעלן א יסוד איתן פאר די גאנצע לעבן,
די וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען פאר'ן דאווענען, וואס דאס איז די יסוד פונעם גאנצן טאג,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע קינדער און פאר די מרביצי תורה.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן און די מחותנים, און דערנאך מיט די גאנצע אויבנאן.


ארום 4:45 איז דער רב אנגעקומען אויף א קביעת מזוזה אין די נייע 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין שכונת ברך משה המורחבת,
ביים אנקומען האט דער רב קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די טירן,
דערנאך איז דער רב ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס בהלכות מזוזה, און איבער די בליה און וואוקס פון ישיבת דרך התורה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל בראך הי"ו און פאר די בעלי בתים פון די ארטיגע נייע געשעפטן.
👁 96
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 10:25 PM
#906
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים היינט נאכמיטאג אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין ק"י.
~🌴~
👁 384
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 10:17 PM
#904
= לקראת שבת לכו ונלכה =

דעם שבת קודש פרשת משפטים - שבת מברכים חודש אדר וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אויף שבת בשכונת קעסקעיד אין וויליאמסבורג, און אפרעכטן דעם גאנצן שבת אויף א דערהויבענע פארנעם אינאיינעם מיט אנשי שלומינו תושבי השכונה.

די שבת התאחדות בראשות דעם רב שליט"א וועט געפראוועט ווערן בהיכל בית המדרש בנין געלבשטיין דקהילתינו הק',
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות שבת בהיכל הביהמ"ד,
פאר קבלת שבת וועט דער רב משמיע זיין קורצע דברי הכנה לשבת קודש,
די סעודת ליל שבת וועט דער רב אפרעכטן בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די בחורי חמד תושבי השכונה, און דערנאך וועט פארקומען דעם וועכנטליכן התוועדות פאר אלע אנשי שלומינו,
שבת קודש אינדערפרי פאר'ן דאווענען וועט דער רב פארלערנען א שיעור בספרי חסידות פאר די בחורי חמד,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבא בהיכל הביהמ"ד,
רעוא דרעוין וועט געפראוועט ווערן אויף א גאר דערהויבענע פארנעם, וואו דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה בדברי כיבושין לרגל נעילת ימי השובבי"ם וכניסה לימי השמחה של חודש אדר.


נעכטן מוצאי שבת קודש זענען אריין בביתו פונעם רב שליט"א די עסקני וגבאי הביהמ"ד, מ'האט ארומגערעדט איבער די הצלחה און דעם גרויסן וואוקס אינעם געגנט די לעצטערע יארן, און אויסגעשמועסט די הרחבת גבולי הקדושה בתוככי קהילתינו הק', צווישן אנדערע האט זיך דער רב נאכגעפרעגט איבער די נייע מנין וואס מ'האט באזונדער אוועקגעשטעלט פאר די פרישע יונגעלייט אברכי קהילתינו הק' אינעם געגנט,
דערנאך איז מען איבערגעגאנגען אלע דעטאלן פונעם שבת, און אויסגעשמועסט דעם גאנצן סדר השבת בכל פרטיה, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, שתשרה שכינה במעשי ידינו, און די שבת זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה, ס'זאל אויפטוהן דעם ערווארטעטן ציהל להרים ולחזק די כח התורה והחסידות בתוך השכונה.
👁 149
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 7:27 PM
#903
= רעוא דרעוין =

ארום 5:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
הוצאה והכנסה: מוה"ר יצחק בער ווירצבערגער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: מוה"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו - לאנדאן,
שלישי: מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען אנשי שלומינו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם.

דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק וואס משה רבינו האט געענטפערט פאר יתרו 'כי יבא אלי העם לדרוש אלוקים', און נאכגעזאגט פונעם זיידן ז"ל דער ישמח משה אז דער אויבערשטער איז מצרף דעם טוב העתיד, אפי' מ'איז יעצט אין א שלעכטע מצב, קוקט דער אויבערשטער אויפ'ן עתיד אז מ'גייט נאך זיין גוט, און איז עס מצרף אויף יעצט, דער רבי ז"ל לייגט צו אז דער אויבערשטער איז אויך מצרף דעם טוב העבר,
און ארויסגעברענגט אז אפילו געווענליך איז די הלכה אז אויב מ'איז זיך מודה פאר ס'קומט עדים, איז מען פטור, אבער אויב ס'איז שוין באו עדים העלפט נישט קיין הודאה, מיט דעם אלעם אויב מען האט אמת'דיג חרטה, וועט העלפן די תשובה, ווייל דער אויבערשטער איז היה הוה ויהיה, און ער וועט מצרף זיין דעם טוב העבר והעתיד.
דער רב האט ארויסגעברענגט פארוואס דער אויבערשטער ווערט אנגערופן איש, ער איז דאך נישט קיין מענטש, אבער דער אויבערשטער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט וואס א מענטש איז, א מענטש איז נישט קיין מלאך, און ער פארשטייט וויאזוי א איד אינעם היינטיגן דור שנת תשפ"ה איז ארומגענומען מיט נסיונות און די שוועריגקייטן וואס מ'גייט אדורך.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם, און אויפגעפאדערט אז שטייענדיג שוין די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם, זאל מען עס זעהן אויסצונוצן די מערסטע וואס שייך,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודא ראזענבערג הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' גימפל וויינגארטן הי"ו - מאנטריאל,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב געזאגט שבע ברכות פאר החתן יודא ב"ר שמואל ווידער ני"ו, און פאר החתן שלמה יחזקאל ב"ר יצחק בער ווירצבערגער ני"ו.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 7:27 PM
#902
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת יתרו =

ארום 5:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, דער רב האט געזאגט שיר השירים און עוסק געווען בתורה,
דערנאך האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה ערב שבת קודש,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר אלטר גאלדבערגער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45 און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:4 5 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

דער רב האט מכבד געווען אנשי שלומינו מיט די זמירות שבת קודש, מ'האט געזינגען כל מקדש,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק בפרשת השבוע 'ויחד יתרו על כל הטובה אשר עשה ה' לישראל אשר הצילו מיד מצרים, ויאמר יתרו ברוך ה' אשר הציל אתכם מתחת יד מצרים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער, מ'האט געזינגען קה אכסוף,
ויהיו רחמיך: מוה"ר יצחק אייזיק אפפעלדארפער הי"ו,
ברכת המזון: חתנו הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:45 און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' שרגא בלומענבערג הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק',
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
שלישי: החתן יעקב ב"ר זלמן פרידריך ני"ו,
רביעי: החתן יודא ב"ר שמואל ווידער ני"ו,
חמישי: החתן שלמה יחזקאל ב"ר יצחק בער ווירצבערגער ני"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הרה"ח יענקל שטיינמעטץ הי"ו,
אחרון: הרה"ח יוסף לעווי הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 103
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 4:15 PM
#892
1:05 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות בבית סקולען וויליאמסבורג אינאיינעם מיט א חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ''ד פארגאנגענעם זונטאג יתרו אויפדערנאכט בביהמ''ד החדש סקולען אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 325
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ט״ז שבט תשפ״ה · Feb 14, 2025 · 12:57 PM
#891
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת יתרו =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
ארום 6:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט אויסגעזאגט חצי ספר תהלים אינאיינעם מיט די בחורים לרגל די ימי השובבי"ם,
מען האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 7:10 איז דער רב אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול און פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ה' ע"ב - ו' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר יואל ברא"י ווערצבערגער הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.

= זמנים לשבת קודש פרשת יתרו =

זמן הדלה"נ: 5:15
סו"ז קרי"ש: 8:48
זמן מוצש"ק: 6:43

מנחה ערש"ק: 6:00

התוועדות ליל שב"ק: 9:45 בהיכל מאיר זעליג

שחרית שב"ק בבוקר: 9:30

מנחה ושל"ס: 6:00

א גוט שבת.
~🌴~
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ט״ז שבט תשפ״ה · Feb 14, 2025 · 1:17 AM
#890
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת יתרו - חמשה עשר בשבט =


ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ה' ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 11:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד חמשה עשר,
מ'האט געזינגען ניגוני דביקות ושמחה פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורי ורמ"י הישיבה.

דער רב האט טועם געווען פירות פון די שבעת המינים, און אתרוג קאמפאט כנהוג, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התרוממות ודביקות.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה און ארומגערעדט איבער עניני חמשה עשר און איבער די מזל פון חודש שבט,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ימי השובבי"ם, און איבער די גרויסקייט פון זאגן תהילים אין די יעצטיגע טעג, און דער רב האט אויפגעפאדערט די בחורים מ'זאל זיך צוזאמקומען פרייטאג פארטאגס די קומענדיגע צוויי וואכן אין ישיבה צו זאגן תהילים אינאיינעם,
דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, און געזאגט אז 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שער שמחה', דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל זיך עפענען די שערי שמחה פאר יעדן איינעם,
מ'האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך איז דער רב אריבער אויף א באזוך בהיכל הכולל אין ביהמ"ד הגדול,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א שטיק צייט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה, און דער רב האט זיך מפלפל געווען אין לערנען מיט די ראשי הכוללים.

פון דארט איז דער רב ארויף אין עזרת נשים וואו דער רב האט אפגעראכטן א מסיבה לכבוד חמשה עשר בשבט אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבה קטנה דמוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג.

צום ערשט האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, ניגוני חמשה עשר,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב טועם געווען פירות פון די שבעת המינים און אתרוג קאמפאט כנהוג, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים פון חמשה עשר, און איבער די מזל פון חודש שבט,
דער רב האט ממשיך געווען אז ס'איז שוין שלושים יום קודם החג פון יו"ט פורים הבעל"ט, און מ'דארף שוין אנהייבן מאכן א ריכטיגע הכנה צום הייליגן יו"ט,
דער רב האט אויפגעפאדערט אלע בחורים אז פון יעצט ביז פורים זאל מען לערנען א בלאט גמרא פון מסכת מגילה אזוי וועט די גאנצע יו"ט אויסזעהן אנדערש, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 6:30.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יצחק בער ווירצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל אלתר גאלדבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו,
און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י ווערצבערגער הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ו שבט תשפ״ה · Feb 13, 2025 · 11:04 PM
#884
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבה לכבוד חמשה עשר בשבט אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבה קטנה דמוסדותינו הק' בוומ"ס היינט נאכמיטאג אין עזרת נשים בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 102