אום 5:15 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו - ק"י, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יעקב שלום טרעגער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו - ק"י, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה, דער רב האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק 'אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך' און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, דער רב האט ארומגערעדט איבער עטליכע ענינים בעבודת השם, צווישן אנדערע איבער די מצוה פון אהבת השם, און איבער די מידה פון ענוה.
דער רב האט נאכגעזאגט די מסורה פון דריי מאל הרימותי, 'הרימותי בחור מעם', 'הרימותי ידי אל השם', און ארומגערעדט אז מ'טאר נישט ליגן ראשו ורובו אריינגעטוהן אין די וואלן, ובפרט בחורים וואס דארפן אריינלייגן זייער גאנצע כח אין עבודת השם, און מ'זעהט ליידער אז ס'איז דא בחורים וואס זענען יא אריינגעטוהן אין די וואלן, דער רב האט אבער ארויסגעברענגט אז אויב מ'איז שוין יא אריינגעטוהן אין די וואלן, מוז מען כאטשיג אויך זײן אריינגעטוהן אין עבודת התפילה, און אויסגעטייטשט די מסורה לויט דעם, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים לעפקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן יצחק ב"ר שלמה זלקא מויזקאפף ני"ו, און פאר החתן שלמה צבי ב"ר שרגא פייש הערצאג ני"ו, מיט ברכה אחריתא האט דער רב מכבד געווען הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער רב ארויס פארענט פון בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויף טובים מאורות, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך א גוטן חודש און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים, מ'האט געענדיגט ארום 7:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
ערש"ק אום 5:15 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, דער רב האט געזאגט שיר השירים, דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מנחה, בעל תפילה: ש"ב הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר יואל שטערן שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק', נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 6:55, און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
אום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול, במשכ'ן באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת, און אזוי אויך האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט נאכגעזאגט פילע דברי תורה פון ספרים הקדושים בעניני הפרשה וענינא דיומא צולייגנדיג דערביי הערליכע ציצים ופרחים.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ואברכך ואגדלה שמך' בדרך דרוש ופלפול.
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, ברכת המזון: בנו הגה"צ ר' זלמן לייב שליט"א.
במשכ'ן באטע האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' משה'לע שינאווער זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך - י"ב חשון, אז ביום השביעי: הר"ר יואל קליין שליט"א, מ'האט געענדיגט ארום 11:15, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין באגלייטונג פון פילע בחורים וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אנצופרעגן אין שאלות בכל תחומי החיים וואס איז נוגע פאר א איד, און פאר בחורים בפרט.
= וביום השבת קודש =
אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ווייס שליט"א - מרבני כוללינו, בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' אברהם ראזענצווייג הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יחזקאל קארפן הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו, שלישי: החתן אלימלך ב"ר מרדכי לייב לאנדא ני"ו - באווארפן, רביעי: הרה"ח ר' נחמי' מארקאוויטש הי"ו, חמישי: ר' חיים זאנוויל ב"ר יואל קויפמאן הי"ו, דער רב קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: החתן יצחק ב"ר שלמה זלקא מויזקאפף ני"ו, הוספות: החתן שלמה צבי ב"ר שרגא פייש הערצאג ני"ו, הרה"ח ר' צבי דוב פריינד הי"ו, אחרון: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי, מפטיר: הרה"ח ר' משה יודל הירש הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יקותיאל משה שניטצלער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו.
בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' נחמי' מארקאוויטש הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל ר' חיים זאנוויל ב"ר יואל קויפמאן הי"ו, און אזוי אויך די קידוש לרגל דעם עלי' לתורה פון החתן אלימלך ב"ר מרדכי לייב לאנדא ני"ו, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג צום בית המדרש קהל עצי חיים סיגוט וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הרב שלום יחזקאל שרגא ב"ר חיים דוד רובין שליט"א חתן אחיו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רב האט זיך אראפגעזעצט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דערנאך האט דער רב ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה, און פאר אחיו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ט ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ח ע"ב - נ"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס בערג.
ארום 1:50 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים שעפנדיג גרויס קורת רוח פון די קול תורה און פון די חשק און פלייס מיט וואס די תלמידים לערנען, דערביי האט זיך דער רב באגריסט מיט הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א וועלכע איז נתמנה געווארן צו דינען בתור מגיד שיעור בתוככי הישיבה, דער רב האט גערעדט מיט'ן מנהל הישיבה איבער די הצלחה מיט וואס דער זמן האט זיך אנגעהויבן, און דער רב האט זיך אינטערעסירט אין אלע פרטים.
דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט ארומגערעדט בדברי תורה אויף די וואכעדיגע פרשה, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער פילע נקודות פון עבודת התפילה, און לויט דעם אויסגעטייטשט די פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה.
דער רב האט פארלאנגט אז אלע תלמידי הישיבה זאלן זיך אנגרייטן א דבר תורה אויף קומענדיגע וואך, אפי' אויב מ'וועט נישט קומען, א בחור דארף אייביג האבן גרייט א דבר תורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 2:40.
ארום 3:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת בשבילי התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבורג געגנט, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים שעפנדיג גרויס קורת רוח פון די קול תורה און פון די חשק און פלייס מיט וואס די תלמידים לערנען, דער רב האט גערעדט מיט'ן מנהל הישיבה איבער די הצלחה מיט וואס דער זמן האט זיך אנגעהויבן, און דער רב האט זיך אינטערעסירט אין אלע פרטים.
דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן מסורה פון דריי מאל הרימותי, 'הרימותי בחור מעם', 'הרימותי ידי אל השם', און ארויסגעברענגט אז אין דעם איז מרומז תורה, עבודה און גמילות חסדים, און דאס איז די תפקיד פון א בחור אויף וואס ער קומט אין א ישיבה, א בחור דארף וויסן פארוואס ער איז דא, דער רב האט פארלאנגט פון די בחורים אז מ'זאל לערנען פלייסיג און אויסנוצן די צייט, אריינכאפן די בחור'ישע יארן וואס מ'האט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך זענען אלע תלמידים אריבער שלום נעמען, דערביי האבן פילע בחורים אנגעפרעגט שאלות ביים רב בכל תחומי החיים וואס איז נוגע פאר א בחור בפרט, צווישן אנדערע האט דער רב אויסגעשמועסט ד נושא פון לערנען זייטיגע לימודים און פיל נאך.
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 4:00 אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ח ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, מ'האט געענדיגט דאווענען אום 9:55, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים, דערנאך איז דער רב צוריק אריין בחדרו הפרטי און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה.
ארום 1:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער הונדערט פופציג תלמידי הישיבה בליעה"ר.
צום ערשט האט דער רב משמיע געווען טיפע דברי פלפול אויף די גמרא אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב'.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, איבערהויפט איבער די יאר פון ישיבה לצעירים וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די העכסטע פון אלע בחור'ישע יארן ווי אלע יוצאי תלמידי הישיבה זענען מעיד, און ביודעי ומכירי קאמינא וויפיל בחורים עס זענען נשתנה געווארן מן הקצה אל הקצה צװישן די כותלי הישיבה.
דער רב האט אויסגעשמועסט די תקנות הישיבה, די גדרים פון א סאטמאר'ע ישיבה, און אזוי אויך האט דער רב אויסגעשמועסט די לימודים וואס מ'האט באשטימט אז מ'וועט לערנען דאס יאר.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די סדר הישיבה צו לערנען פארטאגס, און אויסגעשמועסט די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון אויפשטיין פרי צו לערנען פאר'ן דאווענען, און דערביי ארויסגעברענגט אז די גאנצע דאווענען גייט אנדערש אויב מ'שטייט אויף פרי לערנען.
נאכ'ן דרשת פתיחה האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' אשר גאנז הי"ו, עב"ג בת הרה"ח ר' יצחק געלבשטיין הי"ו, ביי די זאל פון אימפעריעל.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ח ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און געלייגט טלית ותפילין, ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, מ'האט געענדיגט דאווענען אום 9:50, שפעטער האט דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 11:00 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען פארענט פון בית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען די לוי' פון הרה"ח המנוח ר' יוסף מאיר רייך ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן אינעם יונגן עלטער פון 35 יאר, דער רב האט משמיע געווען דברי הספד און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז עס איז שוין ליידער די צווייטע לוי' אין איין וואך פון א מתפלל אין ביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק', דער רב האט אויפגעפאדערט אז מען דארף מפשפש במעשים זיין און זעהן וואס מ'דארף פאררעכטן אז דער חרון אף זאל אראפגענומען ווערן, דער רב האט ארומגערעדט בשבחו פונעם מת און ארויסגעברענגט ווי שטארק דער נפטר איז געווען תמים במעשיו, אזא תמימות פון א איד זעהט מען שוין נישט היינט צוטאגס ביי אונז, דער רב האט בקול נהי וקינה געזאגט אז דער נפטר איז ליידער אוועק אזוי יונג, און אויסגעשריגן מנהמת לבו ווער וועט ארויסהעלפן די יונגע קינדער, מען קען דאך זיי נישט לאזן אויף הפקר, דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ובא לציון גואל, בב"א.
ארום 5:20 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם ארום 6:00 אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' מאנסי, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל, דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן ר' שמואל זאנוויל הי"ו.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ז ע"ב - נ"ח ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
דערנאך ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען צום בנין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און עוסק געווען בלימודו פאר א לענגערע צייט.
אויפדערנאכט ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, צווישן אנדערע איז דער רב אנגעקומען צום גינת אסתר זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה ווייס הי"ו בן הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי, נכד מרן הגה"ק ר' שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע, דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחה מיט בגדי שבת אלץ קרוב משפחה, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, און באזונדער מיט די מחותנים און חשובע זיידעס שליט"א.
אזוי אויך האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת פראנצויז היושב ע"פ הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצויז ע"ה.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים משמיע זיין דעם דרשה פארגאנגענעם מוצאי שבת ביים סיום מסכת קידושין דורך די תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בוומ"ס. ~🌴~
ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת דרך התורה און ישיבת בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ט - ס', מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אויפדערנאכט ארום 6:45 איז דער רב אנגעקומען צו די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק', עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל גאנדל הי"ו, דער רב האט מסדר געווען די כתובה, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דער רב איז ארויס פארנט פון זאל און מסדר קידושין געווען ביים חופה, נאך די חופה האט דער רב אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד החדש לב אהרן דקהלתינו הק', דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת מעריב.
דערנאך איז דער רב ארויף מול פני ארון הקודש און משמיע געווען דרשת פתיחת הזמן פאר די פילע פארזאמעלטע בעלי בתים ואברכים, דער רב האט אנגעהויבן אז פותחין בכבוד אכסניא, די שיינקייט פונעם ביהמ"ד וואס איז לשם ולתפארת, און ארויסגעברענגט אז ס'איז א בחינה ווי הכנסת אורחים אזויווי ביי אברהם אבינו, דער רב האט שטארק ארויסגעהויבן די נייע שול, די עסקנים און גבאים וואס ארבעטן איבערמידליך אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב, און ארויסגעברענגט אז מ'האט צוריקגעקערט פילע גוטע גריסן, דער רב האט ארומגערעדט פילע ענינים העומדים על הפרק בדברים הצריכין חיזוק, צום ערשט איבער קביעת עתים לתורה, דער רב האט פארלאנגט אז מ'זאל מאכן שיעורי תורה אינעם ביהמ"ד, וואס דאס איז א זאך וואס רבותינו הקדושים מקדמת דנא האבן געלייגט א שטארקע דגוש, דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון אויפשטיין פארטאגס, איבערהויפט שבת פאר'ן דאווענען וואס ס'איז די עיקר זמן וואס מען מוז האבן א שיעור פאר'ן דאווענען, ובפרט יעצט אין די ווינטער וואכן ווען מ'ענדיגט די סעודה פרי, האט מען גענוג צייט, אבער די ערשטע זאך שבת צופרי זאל מען גיין אין מקוה, דער זיידע ז"ל דער ברך משה האט עס זייער שטארק פארלאנגט, און ער אליינס פלעגט צום ערשט גיין אין מקוה אין ביהמ"ד און דערנאך אהיימגיין און שפעטער צוריקקומען צום דאווענען, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'איז נישט קיין חיוב אנצוקומען, נאר ס'איז א חיוב צו לערנען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, דער רב האט פארענדיגט אום 9:50, און פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים קבלת פנים וחופה פון בת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק', עב"ג בת מוה"ר ר' יואל גאנדל הי"ו, נעכטן אויפדערנאכט אין די זאל פון קאנטינענטל אין וומ"ס. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין בהיכל ביהמ"ד החדש לב אהרן דקהלתינו הק' צום דרשת פתיחת הזמן פאר די הונדערטער בעלי בתים חברי קהילתינו הק'.
ארום 11:00 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר וואו עס איז פארגעקומען דעם סיום מסכת קידושין דורך די יוצאי תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה דמוסדותינו הק', ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון ענדיגן א מסכתא, דער רב האט ארומגערעדט מיט התפעלות איבער וואס מ'האט אליינס מיטגעהאלטן ווען מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער רב פארהערט די בחורים ווי יאר יערליך, דער רב האט ארויסגעברענגט ווי גוט די תלמידים האבן געקענט, און אז ס'דערקענט זיך די שווערע כוחות וואס מ'האט אריינגעלייגט, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי הדרכה נאך וואס די בחורים גרייטן זיך יעצט אריינצוגיין אין די ישיבות קטנות דמוסדותינו הק', ארויסברענגענדיג פילע ענינים וואס זענען נוגע אויף למעשה פאר יעדן איינציגסטן בחור, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער מנהל הר"ר יודא בער טעללער שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, אינמיטן איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען אין זאל, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און מיט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און די אנדערע רבנים שליט"א אויפ'ן אויבנאן, דער מנהל הר"ר יודא בער האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע רבנים שליט"א, פאר די עלטערן און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות דקהילתינו הק' אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים, ארום 12:20 האט זיך פארענדיגט דעם מעמד, און דער רב האט פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
אום 6:15 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' זושא יודא רובין הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' זושא יודא רובין הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אשר יונה יאזשעף הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה מענדל ווערטהיימער הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: ר' חיים יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן לעוו הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אלה תולדות נח וגו' את האלוקים התהלך נח' און אויסגעטייטשט עטליכע הערליכע טייטשן אין די פסוקי ומדרשי הפרשה.
צווישן אנדערע האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם אז בשעת מען טוט א מצוה קומט דער יצר הרע און דערמאנט די עבירות, משא"כ ווען מען טוט גשמיות'דיגע זאכן געדענקט מען נישט די עבירות, דער רב האט נאכגעזאגט די אמרי נועם אין פ' מצורע וואס שמועסט שטארק אויס דעם ענין, און ארויסגעברענגט אז מען דארף וויסן אז דאס איז עצת היצר, און מ'טאר זיך נישט לאזן דערפון, דער רב האט געזאגט אז ש'כן ח'ובת כ'ל ה'יצורים איז ר"ת שכחה, וואס דאס קומט צו ווייזן אז בשעת להודות, ווען מען דאנקט דעם אויבערשטן און מ'טוט מצוות, דארף מען פארגעסן פון די עבירות.
דער רב האט מיט התרגשות ארומגערעדט איבער די פארגאנגענע געהויבענע יום טוב וואס איז אריבער, דער רב האט נאכגעזאגט אז 'מרחשון' איז נוטריקון מרחשין שפתי, ובפרט אז דעם ערשטן שבת נאך יום טוב איז שבת פרשת נח וואו מ'האט זיך דערמאנט די ווערטער וואס מ'האט געזאגט אום ראש השנה איבער נח וואס שטייט די וואך אין די סדרה.
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט די שמחה אויבן אין הימל נאך אזא שמחת תורה וואס איז אריבער, ווי אידישע קינדער זענען געווען אויף א גאנצע נאכט און זיך געפריידט מיט די תורה, ס'איז זיכער אז דאס ברענגט אלע השפעות טובות, אבער עס קען חס ושלום זיין אז די מקטריגים וועלן זאגן אז מען מיינט נישט דעם אויבערשטן ווייל צוויי וואכן שפעטער איז מען אויף א גאנצע נאכט און מען פריידט זיך איבער די געווינער פון די וואלן, ממילא זאל מען זעהן זיך צוריקצוהאלטן און נישט זיין אזוי שטארק להוט נאך די נייעס.
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז דריי זאכן גייען לויפן דעם קומענדיגן וואך, איינס אינטערעסירט נישט פאר קיינעם, וואס דאס איז דעם קומענדיגן זונטאג ווען פילע גויים וועלן לויפן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, און אדרבה ס'שטערט פאר יעדעם, די צווייטע אינטערעסירט פאר א גרויס חלק כלל ישראל, וואס דאס איז דעם קומענדיגן דינסטאג ווען מ'וועט אויסוועלן פון די וואס לויפן פאר פרעזידענט, און די דריטע אינטערעסירט פאר געוויסע יא און פאר געוויסע נישט, און דאס איז די בחורים וואס וועלן לויפן אין די ישיבות דעם קומענדיגן וואך, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף זעהן אז דאס וואס די בחורים גייען צוריק אין ישיבה זאל אינטערעסירן מער ווי די אנדערע, מ'זאל זיך באמת אינטערעסירן דערין, פרעגן דעם בחור וואס מ'גייט לערנען, רעדן צום מגי"ש, צום מנהל, אא"וו, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, ידיד נפש: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת נח ~ ב' דראש חודש חשון =
ערש"ק אום 6:10 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, דער רב האט געזאגט שיר השירים, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל ב"ר יודל ווערצבערגער הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול, במשכ'ן באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת, און אזוי אויך האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט נאכגעזאגט פילע דברי תורה פון ספרים הקדושים בעניני הפרשה וענינא דיומא צולייגנדיג דערביי הערליכע ציצים ופרחים.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן, דערנאך האט דער רב משמיע געווען טיפזיניגע דברי תורה על הפרשה בדרך דרוש ופלפול.
קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו, ויהיו רחמיך: הר"ר אברהם רוקח שליט"א חתן אחיו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, ברכת המזון: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
במשכ'ן באטע האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אליעזר מ'דזשיקוב זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - ג' חשון, און אזוי אויך עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' ישראל מ'רוזשין זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - ג' חשון, מ'האט געענדיגט ארום 12:45, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו - מאנטריאל, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית ואמירת הלל און פארגעדאווענט באש להבת שלהבת ורשפי אש קודש.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נפתלי צבי מארמארשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הר"ר יוסף שמואל פילאפף שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י, לוי: החתן עזריאל יאזשעף ני"ו - באווארפן, שלישי: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו אנטווערפן, רביעי: החתן נחמי' בראך ני"ו - באווארפן, חמישי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' יום טוב יאזשעף הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' אלימלך בראך הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' נתן אליעזר שטרויס הי"ו.
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל שבת ראש חודש, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל הרה"ח ר' אשר יונה יאזשעף הי"ו, און אזוי אויך די קידושים לרגל די עליות לתורה, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סיום מסכת קידושין דורך די יוצאי תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומ"ס, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נעכטן מוצ"ש אין די זאל פון גינת אסתר. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = זמנים לשבת קודש פרשת נח ~ ב' דראש חודש חשון =
זמן הדלה"נ: 5:36. סו"ז קרי"ש: 9:26. זמן מוצש"ק: 7:03.
מנחה ערש"ק: 6:20.
התוועדות ליל שב"ק: 9:45 בהיכל מאיר זעליג.
שחרית שב"ק בבוקר: 9:30.
מנחה ושל"ס: 6:20.
מוצש"ק וועט זיך דער רב באטייליגן ביים סיום מסכת קידושין פון תלמידי כתה מכינה לישיבה דמוסדותינו הק' וומ"ס פון די פארגאנגענע יאר שנת תשפ"ד וואס וועט פארקומען אין די זאל פון גינת אסתר בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.