🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ו׳ חשוון תשפ״ה · Nov 7, 2024 · 9:51 AM
#481
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת לך =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ח ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט דאווענען אום 9:50,
שפעטער האט דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 11:00 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען פארענט פון בית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען די לוי' פון הרה"ח המנוח ר' יוסף מאיר רייך ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן אינעם יונגן עלטער פון 35 יאר,
דער רב האט משמיע געווען דברי הספד און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז עס איז שוין ליידער די צווייטע לוי' אין איין וואך פון א מתפלל אין ביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק', דער רב האט אויפגעפאדערט אז מען דארף מפשפש במעשים זיין און זעהן וואס מ'דארף פאררעכטן אז דער חרון אף זאל אראפגענומען ווערן,
דער רב האט ארומגערעדט בשבחו פונעם מת און ארויסגעברענגט ווי שטארק דער נפטר איז געווען תמים במעשיו, אזא תמימות פון א איד זעהט מען שוין נישט היינט צוטאגס ביי אונז,
דער רב האט בקול נהי וקינה געזאגט אז דער נפטר איז ליידער אוועק אזוי יונג, און אויסגעשריגן מנהמת לבו ווער וועט ארויסהעלפן די יונגע קינדער, מען קען דאך זיי נישט לאזן אויף הפקר,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ובא לציון גואל, בב"א.

ארום 5:20 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם ארום 6:00 אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' מאנסי, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן ר' שמואל זאנוויל הי"ו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 38