🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ה׳ חשוון תשפ״ה · Nov 6, 2024 · 8:01 AM
#479
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת לך לך =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ז ע"ב - נ"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

דערנאך ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען צום בנין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און עוסק געווען בלימודו פאר א לענגערע צייט.

אויפדערנאכט ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע איז דער רב אנגעקומען צום גינת אסתר זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה ווייס הי"ו בן הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי, נכד מרן הגה"ק ר' שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחה מיט בגדי שבת אלץ קרוב משפחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, און באזונדער מיט די מחותנים און חשובע זיידעס שליט"א.

אזוי אויך האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת פראנצויז היושב ע"פ הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצויז ע"ה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 32