= מוצאי שבת קודש פרשת נח =
ארום 11:00 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר וואו עס איז פארגעקומען דעם סיום מסכת קידושין דורך די יוצאי תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה דמוסדותינו הק',
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון ענדיגן א מסכתא,
דער רב האט ארומגערעדט מיט התפעלות איבער וואס מ'האט אליינס מיטגעהאלטן ווען מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער רב פארהערט די בחורים ווי יאר יערליך, דער רב האט ארויסגעברענגט ווי גוט די תלמידים האבן געקענט, און אז ס'דערקענט זיך די שווערע כוחות וואס מ'האט אריינגעלייגט,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי הדרכה נאך וואס די בחורים גרייטן זיך יעצט אריינצוגיין אין די ישיבות קטנות דמוסדותינו הק', ארויסברענגענדיג פילע ענינים וואס זענען נוגע אויף למעשה פאר יעדן איינציגסטן בחור, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער מנהל הר"ר יודא בער טעללער שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה,
אינמיטן איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען אין זאל,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און מיט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און די אנדערע רבנים שליט"א אויפ'ן אויבנאן,
דער מנהל הר"ר יודא בער האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע רבנים שליט"א, פאר די עלטערן און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין,
און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות דקהילתינו הק' אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים,
ארום 12:20 האט זיך פארענדיגט דעם מעמד, און דער רב האט פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 38