🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ג חשוון תשפ״ה · Nov 24, 2024 · 2:58 AM
#517
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת חיי שרה =

ערש"ק ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק',
דער רב האט זיך אוועקגעזעצט און עוסק געווען בלימודו פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געזאגט שיר השירים,
ארום 5:05 האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.

נאך תפילת מנחה האט דער רב אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק והדרכה פאר די מתפללי הביהמ"ד,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים אין די פרשה פון די שידוך צווישן יצחק און רבקה דורך אליעזר,
דער רב האט געטייטשט עטליכע פשטים אינעם פסוק 'לא אוכל עד אם דברתי דברי, ויאמר דבר, ויאמר עבד אברהם אנכי'.

דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם ביהמ"ד, וואס ווען אימער מ'קומט דא אריין, איז די ביהמ"ד פול מיט לומדים, ווען מ'קומט דא פארלערנען זונטאג דעם חזרה שיעור, איז די ביהמ"ד פול מן הקצה אל הקצה,
די שם דבר פון די צדקה וחסד וואס גייט ארויס פון דעם ביהמ"ד איז אין לשער, און נאך.

דערנאך האט דער רב געזאגט אז די קריאה איז מעורר הזמן ובפרט ווען ס'איז די זמן אליינס, און ארויסגעברענגט אז די וואך שטייט די ערשטע שידוך אין די תורה, און אין זוהר הק' שטייט אז ס'איז געווען ערב שבת פאר מנחה,
דער רב האט געזאגט אז אין דעם ביהמ"ד זענען דא אסאך מתפללים וואס דארפן געהאלפן ווערן און קוקן ארויס אויף א ישועה אין דעם ענין פון שידוכים, און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך פארנעמען א געוויסע זאך וואס דאס וועט ברענגן די ישועות,
דערביי האט דער רב ארומגערעדט איבער די מורא'דיגע שעדליכקייט פון ארויסנעמען די כלים טמאים אין ביהמ"ד, וויפיל חורבנות דאס האט שוין געמאכט, מ'גייט נישט אריין צו ס'איז בעצם אויסגעהאלטן צו נישט, אבער אין ביהמ"ד טאר מען עס זיכער נישט ארויסנעמען,
און בכלל אין יעדן פלאץ וואו ס'איז דא א רבים, איז דא א פסק פון הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א אז ס'איז אן איסור דאורייתא פון 'לפני עור לא תתן מכשול' עס ארויסצונעמען,
דער רב האט שטארק פארלאנגט אז מ'זאל זיך מקבל זיין כאטש אויף פערציג טעג נזהר צו זיין אין דעם ענין, און מ'וועט זעהן אז מ'קען עס אדורכלעבן, און צוגעענדיגט אז בזכות דעם וועט מען זוכה זיין צו זעהן שידוכים במהרה.

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יקותיאל אהרן רובין הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רב איז אהיים לבית בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול,
במשכ'ן באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת, און דער רב האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט נאכגעזאגט פילע דברי תורה פון ספרים הקדושים בעניני הפרשה וענינא דיומא צולייגנדיג דערביי הערליכע ציצים ופרחים.

דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יואל משה פישביין הי"ו,
מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ואמר אל העבד מי האיש ההולך בשדה לקראתנו' בדרך דרוש ופלפול.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב דוד וואגשאהל הי"ו,
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' בנציון שאפפער הי"ו,
ברכת המזון: הר"ר משולם מרגליות שליט"א.

במשכ'ן באטע האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' ישכר דוב מ'בעלזא זי"ע וועמענ'ס יארצייט איז געפאלן אום שבת קודש - כ"ב חשון,
אז ביום השביעי: מוה"ר יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו.

דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ג חשוון תשפ״ה · Nov 24, 2024 · 2:43 AM
#514
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת חיי שרה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ג ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ג חשוון תשפ״ה · Nov 24, 2024 · 2:43 AM
#513
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת חיי שרה =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס,
ארום 3:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה בהנהלת הר"ר יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הישיבה,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 3:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת און נאך, דער רב האט פארגעזינגען דעם וויזניצ'ע 'ועל כן נקוה',
דערנאך האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים', און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון לימוד התורה, ובפרט איבער לערנען פאר'ן דאווענען, דערביי האט דער רב אויפגעפאדערט די תלמידי הישיבה אז אפי' זונטאג וואס ס'איז נישט דא קיין סדר הלימוד אין ישיבה פאר'ן דאווענען, איז עס אבער א געהעריגע טאג און מען דארף זיכער מאכן נישט אנצוקומען צום דאווענען אומגעלערנט.

דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני עבודת השם, און דערביי ארויסגעברענגט אז מ'דארף זעהן צו זיין צופרידן אפילו מיט א כל שהוא, יעדע זאך וואס מ'טוט איז חשוב ביים אויבערשטן.

דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די חבורה 'ותלמידו בידו' ווי די בחורים פארהערן זיך בלעטער גמרא בעל פה, דער רבי ז"ל פלעגט אלעמאל פארהערן בעל פה,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 4:10.

אום 4:55 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת בשבילי התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבורג געגנט,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די וואכעדיגע סדרה בדברי חיזוק והדרכה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון די דין ודברים צווישן אברהם אבינו און די בני חת, און די פרשה פון מכירת המערת המכפילה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער עבודת התפילה א לענגערע צייט אויסטייטשנדיג די פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה.

דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח ווי גוט די זמן האט זיך אנגעהויבן און ווי מ'הערט צוריק גאר גוטע גריסן, דער רב האט געבעטן די בחורים אז מ'זאל ווייטער אנהאלטן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאכ'ן באטע זענען אלע תלמידים אריבער זאגן א גוט שבת און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 5:30 אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.

אום 7:55 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר דוד ארי' בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים סעודת שלושים ע"פ הרה"ח ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש ע"ה וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון קרן ויואל משה.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

ארום 9:50 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות פון הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בת לחתנו הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין ק"י, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון קרן ויואל שלמה צוגעשטעלט דורך די זיידע הגה"צ הדומ"ץ שליט"א,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, און מיט די גאנצע אויבנאן.

דערנאך ארום 10:20 איז דער רב אנגעקומען צום זאל פון בית רחל פאראדייס וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח יעקב טעללער הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, און מיט די מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג.

~🌴~
👁 32
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א חשוון תשפ״ה · Nov 22, 2024 · 12:07 PM
#512
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת חיי שרה =

זמן הדלה"נ: 4:18.
סו"ז קרי"ש: 8:41.
זמן מוצש"ק: 5:44.

מנחה ערש"ק בביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק': 5:05.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ידרוש דברים ערבים בקצירת האומר קודם קבלת שבת.

התוועדות ליל שב"ק: 9:30 בהיכל מאיר זעליג.

שחרית שב"ק בבוקר: 9:30.

מנחה ושל"ס: 5:05.

א גוט שבת.
~🌴 ~
👁 30
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א חשוון תשפ״ה · Nov 22, 2024 · 12:07 PM
#511
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת חיי שרה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ב ע"ב - ס"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 1:45 נאכמיטאג האט זיך דער רב צוריקגעקערט צום בנין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב',
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 2:30.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים מעמד החופה פון הכלה בת מחותנו הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א בן הגה"צ אב"ד זרע קודש ור"י בית מאיר, וחתן האדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא זצ"ל, עב"ג החתן בן הגה"צ אב"ד דינוב טאמס-ריווער שליט"א,
נאכ'ן חופה האט דער רב אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

~🌴~
👁 31
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט חשוון תשפ״ה · Nov 20, 2024 · 9:41 AM
#509
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת חיי שרה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ב ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 2:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדותינו הק' בארא פארק וואס געפונט זיך אין די סטעטן איילענד געגנט,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן ראש הישיבה הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א - גאב"ד ציעשנוב, און מיט די רמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן ווי יאר יערליך,
דער רב האט אנגעהויבן אז דער רבי זי"ע פלעגט אלץ זאגן די פתיחה דרשה אום פרשת חיי שרה, צוליב וואס מ'זעהט די וואך אין די פרשה אז אברהם אבינו האט געהאט א ישיבה,
דערביי האט דער רב אריינגעטייטשט אין די פסוקים אז סיי אברהם אבינו און סיי אליעזר האבן געפירט א ישיבה, אברהם פאר יונגערע בחורים, און אליעזר פאר עלטערע, און וועגן דעם ווערט אליעזר אנגערופן 'דולה ומשקה', ווייל משקה איז ווי עלטער אלס בעסער.

דער רב האט ארויסגעברענגט פילע נקודות אויף למעשה וואס מ'קען זיך ארויסלערנען פון די וואכעדיגע פרשה,
צווישן אנדערע האט דער רב אויסגעטייטשט אז ביי אברהם אבינו אין ישיבה האט מען געדארפט קומען פארטאגס לערנען, און דערביי ארומגערעדט איבער די מורא'דיגע וויכטיגקייט דערפון, און ארויסגעברענגט אז ס'איז זייער א שטארקע סדר, און אין דעם ווענדט זיך דעם גאנצן טאג.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די מידה פון גמילות חסדים, דער רב האט פארציילט עטליכע מעשיות איבער בחורים וואס פלעגן וויי טוהן אנדערע בחורים, און וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען טאר נישט רייטן אויף יענעם, אפי' צום ביישפיל די משפחה איז נעבעכדיג וכדו', און אפי' נישט דערגיין יענעם די יארן מיט'ן נאכגיין זיינע עבירות,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז א ישיבה איז א פלאץ וואו מען לערנט זיך אויס מידות טובות, וויאזוי צו זיין א מענטש, מ'דארף זעהן אריינצוכאפן און אויסנוצן די געלעגנהייט,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די בחורים זאלן זוכה זיין צו שטייגן און אויסנוצן די צייט, און ס'זאל זיין שמחות בקרוב געזונטערהייט.

אום 4:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.

ארום 9:15 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב ביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו הק' ב"פ, בן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, עב"ג בת הרה"ג ר' אברהם יושע העשיל טווערסקי שליט"א - ראה"כ בארניב בן הגה"צ ר' מנחם נחום זצ"ל מראחמיסטריווקא, חתן כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די אדמורי"ם ורבנים אויפ'ן אויבנאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און חשוב'ע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א,
דער רב האט פארלאזט דעם שמחת החתונה ארום 9:30 אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אין ווילאמסבורג האט דער רב ממשיך געווען זיך צו באטייליגן ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט חשוון תשפ״ה · Nov 20, 2024 · 9:41 AM
#508
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת חיי שרה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ב ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן לעכט לרגל די יודה"ל פון זקינו הרה"ק האהבת שלום מקאסוב זי"ע,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל.

ארום 9:15 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הר"ר ניסים סאאל שליט"א עב"ג בת הרה"ח ר' רפאל דוד גב'רא הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת פז,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן אויבנאן.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען מלובש בבגדי שבת צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו, עב"ג בת הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו בן הרה"צ ר' חיים אלעזר שליט"א - אב"ד חמעלניק מאנסי, נכד מרן הגה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת קליין,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און פאר די חשובע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט'ן אויבנאן, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן הנגיד ר' יודא הי"ו,
דער רב האט פארלאזט דעם שמחת החתונה ארום 9:45.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו, עב"ג בת הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו - מראשי הנהלת המתיבתא ק"י, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דער רב האט פארלאזט דעם חתונה ארום 10:00.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז חשוון תשפ״ה · Nov 18, 2024 · 10:02 AM
#507
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת חיי שרה =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ב ע"ב - ס"ד ע"א,
אום 1:05 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינעם עזרת נשים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אום 9:10 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרה"ח ר' הערשל זילבערשטיין הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון הדר ריזל,
דער רב איז אנגעקומען ארום 9:45,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן טאטן און פאר די זיידעס,
דער רב האט איבערגעגעבן א ספר פאר'ן בר מצוה בחור,
און דערנאך משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה,
דער רב האט ארומגערעדט בעניני בר מצוה משולב מיט די וואכעדיגע פרשה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז חשוון תשפ״ה · Nov 18, 2024 · 10:02 AM
#506
= רעווא דרעווין =

אום 5:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם חיים טעללער הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יחזקאל בראך שליט"א - ירושלים,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א,
שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל פאלקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון בשורת לידת יצחק, און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

במשך די תורה האט דער רב ארומגערעדט איבער די נושא פון תפילה, און ארויסגעברענגט אז קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד.
דער רב האט דערציילט די מעשה וואס איז געווען ביים חוות דעת וואס ער האט חתונה געהאט א צווייטע מאל מיט אן אלמנה, און זי האט געבעטן א תנאי אז זי וויל האבן א קינד צוזאמען, און דער חוות דעת האט צוגעזאגט, וכך הוה,
ביים ברית האט זי נישט געוואלט ארויסגעבן דעם קינד נאר אויב דער חוות דעת זאגט צו אז ער וועט אים אונטערפירן אונטער'ן חופה, וכך הוה,
מיט דעם האט דער רב ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס שרה אמינו האט געלאכט איז געווען ווייל א ברכה וואס קומט דורך א חרון אף איז אסאך שטערקער ווייל אפי' די מידת הדין איז אויך מסכים דערצו,
און שרה האט מורא געהאט אז אפי' זי וועט טאקע געבוירן א קינד, וועט אברהם אבינו אבער אוועקגיין פון דער וועלט פאר'ן אונטערפירן יצחק אונטער'ן חופה, און ממילא האט זי געוואלט אז די ברכה זאל קומען מיט א חרון אף פונעם אויבערשטן, ממילא וועט עס זיין שטערקער און אברהם אבינו וועט אפי' קענען אונטערפירן,
אבער פארדעם האט שרה אליינס נישט זוכה געווען אונטערצופירן יצחק, ווייל מ'דארף לעבן מיט אמונה אן קיין חשבונות.
דערביי האט דער רב דערציילט א מעשה וואס איז געווען ביים שינאווער רב זי"ע ווען ער האט געבויעט א מקוה אין א"י און ער האט געזאגט אז ער וויל אריינגיין דער ערשטער, אבער איינער איז יא אריין פארדעם, האט ער יענעם געפרעגט וואס ער דארף, און אים אנגעוואונטשן, ווייל א ברכה וואס קומט דורך חרון אף איז זייער שטארק.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: בנו הרב חיים הערש שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

~🌴~
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז חשוון תשפ״ה · Nov 18, 2024 · 10:02 AM
#505
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת וירא =

ערש"ק אום 5:05 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
דער רב האט געזאגט שיר השירים, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 6:50, און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול,
במשכ'ן באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת, און אזוי אויך האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה.

דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו,
דער רב האט אויסגעשמועסט ווי אלע ימים טובים זענען מרומז אין די וואכעדיגע סדרה, ובפרט ראש השנה וואס מ'ליינט דאך די קריאות פון דעם פרשה, און דערנאך האט מען געזינגען חמול.

מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו, ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט' בדרך דרוש ופלפול אין די נושא פון מידת הצדקה,
ברכת המזון: בנו הרב חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט.

במשכ'ן באטע האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלום קאמינקער זי"ע וועמענ'ס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן שבת קודש - כ"ב חשון.

מ'האט געענדיגט ארום 11:15, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, דערביי האט זיך דער רב באגריסט מיט הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק' מאנטריאל, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בעריש ב"ר חיים אליעזר גראס הי"ו - מאנטריאל,
צו שחרית איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב אהרן הירש הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יואל כ"ץ הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו,
שלישי: החתן משה דוד ב"ר יעקב טעללער ני"ו - באווארפן,
רביעי: הרה"ח ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו - ב"פ,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: החתן יוסף יודא ב"ר מרדכי מענדל גרין ני"ו,
אחרון: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א,
מפטיר: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו - ק"י.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי מענדל גרין הי"ו - ב"פ.

נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבא לרגל דעם עלי' לתורה פון החתן משה דוד ב"ר יעקב טעללער ני"ו, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.

מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 32
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז חשוון תשפ״ה · Nov 17, 2024 · 12:17 AM
#504
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת וירא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"א ע"ב - ס"ב ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר ג' וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית.


~🌴~
👁 32
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז חשוון תשפ״ה · Nov 17, 2024 · 12:16 AM
#503
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת וירא =

ארום 6:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אויף אן אומגעראכטענע באזוך אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל וואו עס לערנען די יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה,
דער רב האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פון די תלמידים און זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דער רב האט געשעפט גרויס קורת רוח זעענדיג ווי די בחורים לייגן אריין געוואלדיגע כוחות אין די לימודים.

דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א איז צוגעגאנגן צום רב, און איבערגעגעבן א גריס פון די ערשטע צוויי וואכן אין ישיבה וואס איז אריבער מיט א געוואלדיגע הצלחה,
באזונדער האט דער מנהל ארויסגעברענגט די התפעלות אז ס'דערקענט זיך ווער סאיז א דרך התורה תלמיד, ווי שוין די ערשטע טאג האט מען געזעהן אז עס קומט אסאך מער ווי מ'האט ערווארטעט,
די דרך התורה תלמידים זענען א שם דבר אין אלע ישיבות, אלע תלמידים זענען שוין יעדן טאג אין ביהמ"ד א לענגערע צייט נאך פאר'ן פארטאגס סדר, מ'לערנט זייטיגע לימודים אין זייטיגע צייטן, און נאך פיל,
דער רב האט זיך אינטערעסירט אין די ווייטערדיגע פרטים, און מ'האט אויסגעשמועסט עטליכע ענינים העומדים על הפרק,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 7:20.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס,
ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה בהנהלת הרב ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

ארום 8:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, דאן איז געגעבן געווארן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר אלע תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן איבער אלע ענינים,
פילע בחורים זענען אריין און דער רב האט פארברענגט א לענגערע צייט מיט די תלמידים.

ארום 10:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן,
דער רב האט ארומגערעדט איבער אלע ענינים וואס איז נוגע פאר א איד, ובפרט פאר א בחור,
דער רב האט פארלאנגט אז מ'זאל זיך האלטן צו אלע תקנות הישיבה, און ארומגערעדט די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען פאר'ן דאווענען,
דער רב האט געזאגט אז מ'דארף מקצר זײן, און מ'וועט משלים זיין די פתיחה אין די קומענדיגע געלעגנהייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:45 אויפ'ן וועג צו די בלומענבורג געגנט.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת בשבילי התורה בהנהלת הרב ר' יואל ניימאן שליט"א,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן פאר א לענגערע צייט,
דער רב זיך געשטעלט אויף עטליכע פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער פילע ענינים הצריכין חיזוק ובפרט פאר א בחור,
דער רב האט אויסגעשמועסט די תקנות הישיבה, און פארלאנגט זיך צו האלטן מיט דעם, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל קענען אויסשטייגן כראוי וכיאות.

נאכ'ן דרשה זענען אלע תלמידים דורך שלום נעמען, דער רב האט זיך אינטערעסירט אין די וואוילזיין פון די תלמידי הישיבה, ובפרט די נייע תלמידים וואס דער רב האט אויך אויסגעפרעגט די נעמען און נאך.

ארום 1:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה,
דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די כיתות, און דערנאך מכבד געווען דעם מנהל צו קובע זיין א מזוזה אויף אן אנדערן כיתה,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב אז מ'זאל זוכה זיין אויסצונוצן דאס פלאץ לתורה ולתפילה, מ'זאל שטייגן און ארויפגיין מעלה מעלה בתורה ויר"ש, אויסוואקסן כראוי וכיאות,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.

~🌴~
👁 35
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ד חשוון תשפ״ה · Nov 15, 2024 · 2:07 PM
#502
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת וירא =

זמן הדלה"נ: 4:22
סו"ז קרי"ש: 8:35
זמן מוצש"ק: 5:49

מנחה ערש"ק: 5:10

התוועדות ליל שב"ק: 9:30 בהיכל מאיר זעליג

שחרית שב"ק בבוקר: 9:30

מנחה ושל"ס: 5:10

א גוט שבת.
~🌴~
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ד חשוון תשפ״ה · Nov 15, 2024 · 2:07 PM
#501
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וירא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס' ע"ב - ס"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 12:30 האט זיך דער רב צוריקגעקערט אין ישיבה לצעירים,
דער רב אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א טיפזיניגע שיעור פאר אלע תלמידי הישיבה אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב' וואס מען לערנט יעצט בין כותלי הישיבה,
דער רב האט מסביר געווען דבר דבור על אופניו, און דערנאך אריינגעגאנגען אין די פילע מהלכים אינעם סוגיא, אריינברענגענדיג א קלארקייט אינעם סוגיא און אין די מפרשי הסוגיא ביי אלע תלמידים,
נאכ'ן שיעור ארום 2:20 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 36
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ד חשוון תשפ״ה · Nov 15, 2024 · 1:28 PM
#500
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וירא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן לעכט לרגל די יודה"ל פון הרה"ק המאור עינים זי"ע,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.

ארום 5:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב', און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנ"ש,
צווישן אנדערע ביים חופה פון החתן בן העסקן הרה"ח בנש"ק ר' יואל פרנס הי"ו בן הרב חיים ז"ל - מסטראפקוב, עב"ג בת הרה"ח ר' משה וויינבערגער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל אין וומ"ס.

ארום 9:25 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' בערל קליין הי"ו ומשפחתו, היושבים ע"פ אשתו / אמם ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג,
צווישן אנדערע ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל פרנס הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' משה וויינבערגער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל אין וומ"ס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן העסקן ר' יואל הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 31
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א חשוון תשפ״ה · Nov 12, 2024 · 7:43 PM
#498
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה בבית סקווירא - וויזניץ, נעכטן אויפדערנאכט אינעם ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש אין מאנסי.
~🌴~
👁 38
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א חשוון תשפ״ה · Nov 12, 2024 · 7:42 PM
#491
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'חדר פירן' פון נכדו הילד בן בנו הרב יואל שליט"א חתן הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א ב"פ, פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת נח בבנין התלמוד תורה דמוסדותינו הק' אין ב"פ, בראשות די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
~🌴~
👁 38
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א חשוון תשפ״ה · Nov 12, 2024 · 3:02 PM
#490
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת וירא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ט ע"ב - ס' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:20.

ארום 5:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 9:30 איז דער רב אנגעקומען אינעם ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש אין מאנסי, וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה בחצרות סקווירא - וויזניץ,
החתן בן הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א חתן דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א - אב"ד קאסאן מאנסי, בן האדמו"ר מקאסאני שליט"א חתן האדמו"ר משאץ זצ"ל.

ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט דודו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און מיט חמיו כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט די איבריגע אדמורי"ם ורבנים אויפ'ן אויבנאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, פאר דודו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און די אנדערע חשוב'ע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן,
דער רב האט פארלאזט דעם זאל ארום 9:50.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 35
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י׳ חשוון תשפ״ה · Nov 11, 2024 · 10:05 AM
#489
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וירא =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"א - ס"ב.

ארום 1:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינעם עזרת נשים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' מרדכי לייב לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אשר צבי דוב פריינד הי"ו ביי די זאל פון כתר ריזל.

ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת רייך היושבים ע"פ אביהם מוה"ר יוסף מאיר נחמן ע"ה,
דער רב איז געזיצן א לענגערע צייט און מחזק געווען די פרישע יונגע יתומים און זיך אינטערעסירט אין זייער וואוילזיין, דערנאך האט דער רב אנגעוואונטשן ברכת תנחומים.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרב יואל זילבער שליט"א בן הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, חתן הרה"צ ר' שמעי' יעקב יודא פיש שליט"א - מביקסאד, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה בעניני בר מצוה, און דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט זכרונות פונעם זיידן הגה"צ מפריימאן זצ"ל אינאיינעם מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן טאטן און פאר די חשובע זיידעס, דערביי האט דער רב געגעבן א ספר דורן דרשה פאר'ן בר מצוה בחור.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 36