🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת לך =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ח ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, מ'האט געענדיגט דאווענען אום 9:55, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך איז דער רב צוריק אריין בחדרו הפרטי און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה.
ארום 1:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער הונדערט פופציג תלמידי הישיבה בליעה"ר.
צום ערשט האט דער רב משמיע געווען טיפע דברי פלפול אויף די גמרא אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב'.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, איבערהויפט איבער די יאר פון ישיבה לצעירים וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די העכסטע פון אלע בחור'ישע יארן ווי אלע יוצאי תלמידי הישיבה זענען מעיד, און ביודעי ומכירי קאמינא וויפיל בחורים עס זענען נשתנה געווארן מן הקצה אל הקצה צװישן די כותלי הישיבה.
דער רב האט אויסגעשמועסט די תקנות הישיבה, די גדרים פון א סאטמאר'ע ישיבה, און אזוי אויך האט דער רב אויסגעשמועסט די לימודים וואס מ'האט באשטימט אז מ'וועט לערנען דאס יאר.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די סדר הישיבה צו לערנען פארטאגס, און אויסגעשמועסט די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון אויפשטיין פרי צו לערנען פאר'ן דאווענען, און דערביי ארויסגעברענגט אז די גאנצע דאווענען גייט אנדערש אויב מ'שטייט אויף פרי לערנען.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל טאקע קענען גוט אויסנוצן דאס יאר, און אויסשטייגן כראוי וכיאות.
נאכ'ן דרשת פתיחה האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' אשר גאנז הי"ו, עב"ג בת הרה"ח ר' יצחק געלבשטיין הי"ו, ביי די זאל פון אימפעריעל.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 36