🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ חשוון תשפ״ה · Nov 4, 2024 · 9:49 AM
#475
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת לך =

ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת דרך התורה און ישיבת בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ט - ס',
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט ארום 6:45 איז דער רב אנגעקומען צו די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק', עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל גאנדל הי"ו,
דער רב האט מסדר געווען די כתובה, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דער רב איז ארויס פארנט פון זאל און מסדר קידושין געווען ביים חופה,
נאך די חופה האט דער רב אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד החדש לב אהרן דקהלתינו הק',
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת מעריב.

דערנאך איז דער רב ארויף מול פני ארון הקודש און משמיע געווען דרשת פתיחת הזמן פאר די פילע פארזאמעלטע בעלי בתים ואברכים,
דער רב האט אנגעהויבן אז פותחין בכבוד אכסניא, די שיינקייט פונעם ביהמ"ד וואס איז לשם ולתפארת, און ארויסגעברענגט אז ס'איז א בחינה ווי הכנסת אורחים אזויווי ביי אברהם אבינו,
דער רב האט שטארק ארויסגעהויבן די נייע שול, די עסקנים און גבאים וואס ארבעטן איבערמידליך אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב, און ארויסגעברענגט אז מ'האט צוריקגעקערט פילע גוטע גריסן,
דער רב האט ארומגערעדט פילע ענינים העומדים על הפרק בדברים הצריכין חיזוק, צום ערשט איבער קביעת עתים לתורה, דער רב האט פארלאנגט אז מ'זאל מאכן שיעורי תורה אינעם ביהמ"ד, וואס דאס איז א זאך וואס רבותינו הקדושים מקדמת דנא האבן געלייגט א שטארקע דגוש,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון אויפשטיין פארטאגס,
איבערהויפט שבת פאר'ן דאווענען וואס ס'איז די עיקר זמן וואס מען מוז האבן א שיעור פאר'ן דאווענען, ובפרט יעצט אין די ווינטער וואכן ווען מ'ענדיגט די סעודה פרי, האט מען גענוג צייט,
אבער די ערשטע זאך שבת צופרי זאל מען גיין אין מקוה, דער זיידע ז"ל דער ברך משה האט עס זייער שטארק פארלאנגט, און ער אליינס פלעגט צום ערשט גיין אין מקוה אין ביהמ"ד און דערנאך אהיימגיין און שפעטער צוריקקומען צום דאווענען,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'איז נישט קיין חיוב אנצוקומען, נאר ס'איז א חיוב צו לערנען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור,
דער רב האט פארענדיגט אום 9:50, און פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 44