🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט׳ חשוון תשפ״ה · Nov 10, 2024 · 7:17 PM
#487
= רעווא דרעווין =

אום 5:15 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו - ק"י,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יעקב שלום טרעגער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט תורה,
דער רב האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק 'אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך' און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער עטליכע ענינים בעבודת השם, צווישן אנדערע איבער די מצוה פון אהבת השם, און איבער די מידה פון ענוה.

דער רב האט נאכגעזאגט די מסורה פון דריי מאל הרימותי, 'הרימותי בחור מעם', 'הרימותי ידי אל השם',
און ארומגערעדט אז מ'טאר נישט ליגן ראשו ורובו אריינגעטוהן אין די וואלן, ובפרט בחורים וואס דארפן אריינלייגן זייער גאנצע כח אין עבודת השם, און מ'זעהט ליידער אז ס'איז דא בחורים וואס זענען יא אריינגעטוהן אין די וואלן,
דער רב האט אבער ארויסגעברענגט אז אויב מ'איז שוין יא אריינגעטוהן אין די וואלן, מוז מען כאטשיג אויך זײן אריינגעטוהן אין עבודת התפילה, און אויסגעטייטשט די מסורה לויט דעם,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים לעפקאוויטש הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן יצחק ב"ר שלמה זלקא מויזקאפף ני"ו, און פאר החתן שלמה צבי ב"ר שרגא פייש הערצאג ני"ו,
מיט ברכה אחריתא האט דער רב מכבד געווען הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב ארויס פארענט פון בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויף טובים מאורות,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך א גוטן חודש און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים,
מ'האט געענדיגט ארום 7:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 34