= רעווא דרעווין =
אום 5:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם חיים טעללער הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יחזקאל בראך שליט"א - ירושלים,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א,
שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון בשורת לידת יצחק, און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
במשך די תורה האט דער רב ארומגערעדט איבער די נושא פון תפילה, און ארויסגעברענגט אז קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד.
דער רב האט דערציילט די מעשה וואס איז געווען ביים חוות דעת וואס ער האט חתונה געהאט א צווייטע מאל מיט אן אלמנה, און זי האט געבעטן א תנאי אז זי וויל האבן א קינד צוזאמען, און דער חוות דעת האט צוגעזאגט, וכך הוה,
ביים ברית האט זי נישט געוואלט ארויסגעבן דעם קינד נאר אויב דער חוות דעת זאגט צו אז ער וועט אים אונטערפירן אונטער'ן חופה, וכך הוה,
מיט דעם האט דער רב ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס שרה אמינו האט געלאכט איז געווען ווייל א ברכה וואס קומט דורך א חרון אף איז אסאך שטערקער ווייל אפי' די מידת הדין איז אויך מסכים דערצו,
און שרה האט מורא געהאט אז אפי' זי וועט טאקע געבוירן א קינד, וועט אברהם אבינו אבער אוועקגיין פון דער וועלט פאר'ן אונטערפירן יצחק אונטער'ן חופה, און ממילא האט זי געוואלט אז די ברכה זאל קומען מיט א חרון אף פונעם אויבערשטן, ממילא וועט עס זיין שטערקער און אברהם אבינו וועט אפי' קענען אונטערפירן,
אבער פארדעם האט שרה אליינס נישט זוכה געווען אונטערצופירן יצחק, ווייל מ'דארף לעבן מיט אמונה אן קיין חשבונות.
דערביי האט דער רב דערציילט א מעשה וואס איז געווען ביים שינאווער רב זי"ע ווען ער האט געבויעט א מקוה אין א"י און ער האט געזאגט אז ער וויל אריינגיין דער ערשטער, אבער איינער איז יא אריין פארדעם, האט ער יענעם געפרעגט וואס ער דארף, און אים אנגעוואונטשן, ווייל א ברכה וואס קומט דורך חרון אף איז זייער שטארק.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: בנו הרב חיים הערש שליט"א.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
~🌴~

👁 33