🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״א כסלו תשפ״ה · Dec 12, 2024 · 11:11 AM
#541
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וישלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"א ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב' ע"ב,
נאכ'ן שיעור ארום 2:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 7:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אהרן שלום רייך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברי"א פישער הי"ו אין די זאל פון עטרת גאלדא,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען קיין ווילאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה בבית סערדאהעלי - גאלאנטא,
החתן בן הרב שלמה זלמן כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'סערדאהעלי שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר בעל דובר מישרים מ'ספינקא זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מ'גאלאנטא שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א און מיט די אנדערע רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים, און חשובע זיידעס שליט"א.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

ארום 10:00 האט דער רב געליינט תנאים פון החתן בן מוה"ר יחזקאל שרגא בר"ח פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם ישכר כייעם הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 36
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״א כסלו תשפ״ה · Dec 12, 2024 · 11:11 AM
#540
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וישלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע' ע"ב - ע"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

אינמיטן דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 2:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דברי יואל בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר דוד שמואל מערץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"י קנאפפלער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ כסלו תשפ״ה · Dec 10, 2024 · 2:04 PM
#539
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת וישלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

אינמיטן דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 2:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דברי יואל בבית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

אום 9:00 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטטענבערג שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר פנחס ווייס הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון פארק מענאר - סעליש,
דער רב איז אנגעקומען ארום 10:30, דער רב האט געליינט תנאים, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ כסלו תשפ״ה · Dec 9, 2024 · 9:30 AM
#538
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וישלח =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע' ע"ב - ע"ב ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 9:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הר"ר אשר זעליג מייזליש שליט"א - משפיע בישיבה קטנה סניף באר התורה, בן הגה"צ ר' מרדכי אהרן שליט"א - מווייטצען וחתן הגה"צ אב"ד באר מנחם קאלוב זצ"ל, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אהרן מנשה רובין שליט"א, בן הגה"צ אדמו"ר מדינוב מאנסי שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד קהל יראים סיגעיט שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אור החיים וויזניץ,
דערנאך האט זיך דער רב צוריקגעקערט קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
נאך מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פונעם בנין הביהמ"ד.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 28
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ז׳ כסלו תשפ״ה · Dec 8, 2024 · 10:13 AM
#537
= רעווא דרעווין =

ארום 4:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יואל ברא"י עקשטיין שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו,
לוי: ר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יעקב אקער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' ישראל קנאפפלער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
און ארויסגעברענגט אז געווענליך קען מען נישט נהנה זיין פון מעשה נסים, אבער אויב א מענטש פארשטייט אז די גאנצע טבע איז איין שטיק נס, מאכט דער אויבערשטער אפי' זאכן וואס זענען באמת חוץ לדרך הטבע, און דאס איז געווען די מדריגה פון יעקב אבינו.

דער רב האט ארומגערעדט בדברי הכנה אויף די ימי החנוכה, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון זיך צוגרייטן מיט אן הכנה דרבה און מיט אן ערנסטקייט, און דערביי פארענטפערט דעם קושיות הבית יוסף פארוואס מען צינדט אכט טעג חנוכה, וויבאלד די ערשטע ליכט צינדט מען אלץ הכנה צו די אנדערע זיבן טעג,
דער רב האט מעורר געווען אז מ'זאל לערנען דעם ספר בני יששכר אויף חנוכה, און נאך ספרי חסידות וואס דאס איז די בעסטע הכנה.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תפילה און ארויסגעברענגט אז דאווענען דארף זיך אנהייבן פון אנפאנג און ענדיגן ביים סוף,
און דערביי אויפגעפאדערט אז מ'זאל זאגן תהלים יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, אפי' ווער ס'פלעגט נישט זאגן ביז היינט, און ארויסגעברענגט וויפיל מען קען פארדינען פון זאגן פינף קאפיטלען,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה וואלף שאהנפעלד הי"ו - ק"י,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ז׳ כסלו תשפ״ה · Dec 8, 2024 · 10:12 AM
#536
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת ויצא =

ערש"ק ארום 4:50 איז דער רב אריינגעקומען אין בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
דער רב האט געזאגט שיר השירים, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר אלכסנדר פרענקל שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול,
במשכ'ן באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת,
דער רב פארגעזינגען אודה לקל,
דער רב האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה שווארץ הי"ו - לאנדאן,
מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'מה נורא המקום הזה' בדרך דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'עשה דוחה לא תעשה'.

קה אכסוף: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה דקהילתינו הק',
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו,
מה ידידות: הרה"ח ר' אלחנן זאב פריעדמאן הי"ו,
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א.

דער רב האט דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאבל זי"ע וועמענ'ס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - ח' כסלו,
מ'האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל הרב מנחם יוסף ב"ר ישראל ארי' פישער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה, דער רב האט טועם געווען און דערנאך געגעבן פאר'ן בעל שמחה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.

דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו - ק"י,
צו שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' נפתלי הערש מארמארשטיין הי"ו,
שלישי: החתן אברהם הערש ב"ר יצחק אייזיק פאוועל ני"ו - באווארפן,
רביעי: הרה"ח ר' אברהם שלום ראזענצווייג הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: ר' חיים ב"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
הוספות:
החתן מנחם מענדל ב"ר יצחק אייזיק בראדי ני"ו,
החתן מאיר יעקב בה"ר יואל ראזענפעלד ני"ו,
אחרון: החתן אברהם מרדכי ב"ר חיים שמעון רובינשטיין ני"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה וואלף שאהנפעלד הי"ו - ק"י,
הגבה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו - ק"י.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער גוט שבת זאגן, מ'האט געענדיגט ארום 12:10.

דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען דעם קידושא רבא לרגל די עלי' לתורה פון החתן אברהם הערש ב"ר יצחק אייזיק פאוועל ני"ו, און די קידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל ר' חיים פארגעס הי"ו,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, און פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

דערנאך איז דער רב אריבער צו ביהמ"ד קהל עצי חיים סיגוט וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבא בחצרות קדשינו לרגל הולדת הבת אצל נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן בעל שמחה, און פאר אחיו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

דער רב איז אריבער צום בית המדרש בית יצחק ספינקא וואו עס איז פארגעקומען דעם קידושא רבא לרגל די עלי' לתורה פון החתן בן הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'בית יצחק ספינקא שליט"א,
עב"ג הכלה בת מחותנו הרה"ג ר' חיים לייבוש באב"ד שליט"א - ר"י תורת חסד לאנדאן,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 37
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ז׳ כסלו תשפ״ה · Dec 8, 2024 · 12:18 AM
#535
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת ויצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ט ע"ב - ע' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ה׳ כסלו תשפ״ה · Dec 6, 2024 · 12:45 PM
#534
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת ויצא =

זמן הדלה"נ: 4:13
סו"ז קרי"ש: 8:50
זמן מוצש"ק: 5:40

מנחה ערש"ק: 5:00

התוועדות ליל שב"ק: 9:30 בהיכל מאיר זעליג

שחרית שב"ק בבוקר: 9:30

מנחה ושל"ס: 5:00

א גוט שבת.
~🌴~
👁 30
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ה׳ כסלו תשפ״ה · Dec 6, 2024 · 8:37 AM
#533
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת ויצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ח ע"ב - ס"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 1:25 מיטאג איז דער רב אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים,
דער רב האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב',
נאכ'ן שיעור ארום 2:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 32
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ד׳ כסלו תשפ״ה · Dec 5, 2024 · 7:22 PM
#532
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת ויצא =

ארום 8:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין בנין ישיבה קטנה בשבילי התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, וועלכע געפינט זיך אין די בלומענבורג געגנט, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען ארום 9:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברכת נפתלי צאנז אין ק"י וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן מוהל גיסו הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - רב ביהמ"ד ברך משה ק"י און הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א - רב ביהמ"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבה גדולה סניף קדושת יואל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דער רב איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און געזאגט די ברכות,
נאכ'ן ברית האט דער רב אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 11:15 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום סעודת ברית וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם זיידן הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה,
דער רב האט מכבד געווען הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א אויפצוטרעטן בדברי תורה לכבוד השמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען קורצע דברי תורה בעניני ברית מילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

אין די שפעטע נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר יואל בר"י ראזענפעלד שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יואל ברמ"ב פאוועל שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 37
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ד׳ כסלו תשפ״ה · Dec 5, 2024 · 7:22 PM
#531
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ויצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 11:45 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

אויפדערנאכט ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל בר"א פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' ישראל אלימלך מרדכי מאשקאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

שפעטער ביינאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ כסלו תשפ״ה · Dec 3, 2024 · 3:40 PM
#530
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ויצא - בדר"ח כסליו =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ו ע"ב - ס"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין ישיבה לצעירים,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר ישראל מרדכי גוטמאן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יצחק יואל גאלדבערגער שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' שמעי' פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין מאנסי.

שפעטער ביינאכט האט זיך דער רב צוריקגעקערט קיין וויליאמסבורג און זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 36
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ כסלו תשפ״ה · Dec 3, 2024 · 2:30 PM
#529
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ויצא - אדר"ח כסליו =

דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת פרשת תולדות איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו אין ק"י לרגל דעם שמחת החתונה פון בנו החתן ני"ו, וואס איז פארגעקומען זונטאג אויפדערנאכט אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און פאר הרה"ח ר' יואל הי"ו, און די גאנצע משפחה.

זונטאג ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ז ע"ב - ע' ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:25 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו,
צווישן אנדערע ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' אברהם יושע ברמ"מ רעטעק הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל בר"א זופניק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 34
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ח חשוון תשפ״ה · Nov 29, 2024 · 1:10 PM
#528
בצל מורינו🌴
=ערב שבת קודש פרשת תולדות=

מטעם קהילתינו הקדושה ווערט געמאלדן אז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט פארבלייבן וויילן אויף שבת קודש במקום הנופש אויף א פריוואטע פארנעם.


א גוט שבת.
~🌴~
👁 40
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד חשוון תשפ״ה · Nov 25, 2024 · 10:11 AM
#520
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הבר מצוה פון בן גיסו הגה"צ רב ביהמ"ד ברך משה שליט"א, נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד ברך משה אין ק"י, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 46
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד חשוון תשפ״ה · Nov 25, 2024 · 9:05 AM
#519
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תולדות =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ד ע"ב - ס"ז ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 5:45 בזמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 6:15 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי בני הגה"צ ר' אהרן זאב מאליק ז"ל - אב"ד סאמבור,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים בברכת תנחומין.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב איז אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן יאקאבאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קרית יואל, וואו דער רב וויילט במשך די קומענדיגע טעג אויף מנוחת הנפש.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה בחצרות קדשינו,
הבחור בן גיסו הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה ק"י, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

נאכ'ן בר מצוה ארום 11:00 איז דער רב אהיים לבית האכסניא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 37
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ג חשוון תשפ״ה · Nov 24, 2024 · 2:58 AM
#518
= וביום השבת קודש =

אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודל לאנדא הי"ו,
צו שחרית איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם ראזענבערג הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: מוה"ר ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו,
שלישי: נכד רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א,
רביעי: הרה"ח אלי' פאוועל הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' יואל יצחק שפיטצער הי"ו - מנאמני בית הרב שליט"א,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הרה"ח ר' אברהם הערש טעללער הי"ו,
אחרון: הבה"ח אהרן ב"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין ני"ו,
מפטיר: מוה"ר בנימין כהן הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' חיים לעפקאוויטש הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' בנימין זאב זילבערשטיין הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר בנימין כהן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעווא דרעווין =

אום 5:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו,
לוי: ר' יואל ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' מנחם הירש הי"ו - חבר הנהלת כוללינו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם ווערצבערגער הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
צווישן אנדערע אויף די סתירה וואס שטייט פארגאנגענעם וואך אין רש"י אז הגר 'חזרה לגילולי בית אביה', און די וואך שטייט אז אברהם האט חתונה געהאט מיט קטורה - הגר וואס איז 'נאים מעשיה כקטורת',
אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער די מדרש וואס שטייט אז 'ויוסף אברהם' מיינט אז ער האט מוסיף געווען אין דעם ענין פון דאווענען, און פון דעם זעהט מען אז מ'דארף דאווענען דריי תפילות א טאג.

דער רב האט פארציילט עטליכע מעשיות פון הרה"ק ר' ישכר דוב מ'בעלזא וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת קודש - כ"ב חשון, און אויסגעטייטשט לויט דעם די פסוקי הפרשה.

דער רב האט אויסגעטייטשט הערליכע טייטשן, מתובל בדברי הדרכה,
צווישן אנדערע האט דער רב אויסגעטייטשט אז שחרית ווייזט ווען אלעס איז ליכטיג, מנחה אז ס'איז האלב ליכטיג האלב טונקל, און מעריב אז ס'איז אינגאנצן טונקל,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף מתפלל זיין צום אויבערשטן אין אלע מצבים, און טאקע פארדעם געדויערט שחרית די לענגסטע, ווייל מ'בעהט דעם אויבערשטן אז די טונקלקייט זאל קלענער ווערן און מ'זאל זעהן די ליכטיגקייט אין אלע זמנים.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'איז טאקע נישט שייך מוסיף צו זיין אין כמות התפילה, ס'איז דא דריי תפילות וואס איז מתוקן געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה, אבער מ'דארף מוסיף זיין אין איכות התפילה, אריינלייגן וויפיל מ'קען.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז די כח פון א בעל תשובה איז מורא'דיג גרויס און דערפאר איז מען מצרף די תפילות פון רשעים, ווייל נאר דורכדעם קענען אונזערע תפילות ארויפגיין אין הימל, ווייל א רשע וואס טוט תשובה, ברעכט אדורך אלע מויערן און אלע תפילות ישראל קענען נתעלה ווערן.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, ס'זאל זיין 'ויוסף אברהם' אין אלע ענינים, ביז מ'וועט זוכה זיין צו משיח צדקינו בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם יושע יודא רעטעק הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 30