🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א חשוון תשפ״ה · Nov 22, 2024 · 12:07 PM
#511
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת חיי שרה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ב ע"ב - ס"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 1:45 נאכמיטאג האט זיך דער רב צוריקגעקערט צום בנין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב',
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 2:30.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים מעמד החופה פון הכלה בת מחותנו הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א בן הגה"צ אב"ד זרע קודש ור"י בית מאיר, וחתן האדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא זצ"ל, עב"ג החתן בן הגה"צ אב"ד דינוב טאמס-ריווער שליט"א,
נאכ'ן חופה האט דער רב אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

~🌴~
👁 31