🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת וירא =
ארום 6:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אויף אן אומגעראכטענע באזוך אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל וואו עס לערנען די יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה,
דער רב האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פון די תלמידים און זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דער רב האט געשעפט גרויס קורת רוח זעענדיג ווי די בחורים לייגן אריין געוואלדיגע כוחות אין די לימודים.
דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א איז צוגעגאנגן צום רב, און איבערגעגעבן א גריס פון די ערשטע צוויי וואכן אין ישיבה וואס איז אריבער מיט א געוואלדיגע הצלחה,
באזונדער האט דער מנהל ארויסגעברענגט די התפעלות אז ס'דערקענט זיך ווער סאיז א דרך התורה תלמיד, ווי שוין די ערשטע טאג האט מען געזעהן אז עס קומט אסאך מער ווי מ'האט ערווארטעט,
די דרך התורה תלמידים זענען א שם דבר אין אלע ישיבות, אלע תלמידים זענען שוין יעדן טאג אין ביהמ"ד א לענגערע צייט נאך פאר'ן פארטאגס סדר, מ'לערנט זייטיגע לימודים אין זייטיגע צייטן, און נאך פיל,
דער רב האט זיך אינטערעסירט אין די ווייטערדיגע פרטים, און מ'האט אויסגעשמועסט עטליכע ענינים העומדים על הפרק,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 7:20.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס,
ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה בהנהלת הרב ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, דאן איז געגעבן געווארן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר אלע תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן איבער אלע ענינים,
פילע בחורים זענען אריין און דער רב האט פארברענגט א לענגערע צייט מיט די תלמידים.
ארום 10:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן,
דער רב האט ארומגערעדט איבער אלע ענינים וואס איז נוגע פאר א איד, ובפרט פאר א בחור,
דער רב האט פארלאנגט אז מ'זאל זיך האלטן צו אלע תקנות הישיבה, און ארומגערעדט די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען פאר'ן דאווענען,
דער רב האט געזאגט אז מ'דארף מקצר זײן, און מ'וועט משלים זיין די פתיחה אין די קומענדיגע געלעגנהייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:45 אויפ'ן וועג צו די בלומענבורג געגנט.
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת בשבילי התורה בהנהלת הרב ר' יואל ניימאן שליט"א,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן פאר א לענגערע צייט,
דער רב זיך געשטעלט אויף עטליכע פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער פילע ענינים הצריכין חיזוק ובפרט פאר א בחור,
דער רב האט אויסגעשמועסט די תקנות הישיבה, און פארלאנגט זיך צו האלטן מיט דעם, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל קענען אויסשטייגן כראוי וכיאות.
נאכ'ן דרשה זענען אלע תלמידים דורך שלום נעמען, דער רב האט זיך אינטערעסירט אין די וואוילזיין פון די תלמידי הישיבה, ובפרט די נייע תלמידים וואס דער רב האט אויך אויסגעפרעגט די נעמען און נאך.
ארום 1:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה,
דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די כיתות, און דערנאך מכבד געווען דעם מנהל צו קובע זיין א מזוזה אויף אן אנדערן כיתה,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב אז מ'זאל זוכה זיין אויסצונוצן דאס פלאץ לתורה ולתפילה, מ'זאל שטייגן און ארויפגיין מעלה מעלה בתורה ויר"ש, אויסוואקסן כראוי וכיאות,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.
~🌴~

👁 35