🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ד חשוון תשפ״ה · Nov 15, 2024 · 2:07 PM
#501
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וירא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס' ע"ב - ס"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 12:30 האט זיך דער רב צוריקגעקערט אין ישיבה לצעירים,
דער רב אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א טיפזיניגע שיעור פאר אלע תלמידי הישיבה אינעם סוגיא פון עדים זוממין אין מסכת מכות דף ב' וואס מען לערנט יעצט בין כותלי הישיבה,
דער רב האט מסביר געווען דבר דבור על אופניו, און דערנאך אריינגעגאנגען אין די פילע מהלכים אינעם סוגיא, אריינברענגענדיג א קלארקייט אינעם סוגיא און אין די מפרשי הסוגיא ביי אלע תלמידים,
נאכ'ן שיעור ארום 2:20 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 36