🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת חיי שרה =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ב ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.
ארום 2:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדותינו הק' בארא פארק וואס געפונט זיך אין די סטעטן איילענד געגנט,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן ראש הישיבה הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א - גאב"ד ציעשנוב, און מיט די רמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן ווי יאר יערליך,
דער רב האט אנגעהויבן אז דער רבי זי"ע פלעגט אלץ זאגן די פתיחה דרשה אום פרשת חיי שרה, צוליב וואס מ'זעהט די וואך אין די פרשה אז אברהם אבינו האט געהאט א ישיבה,
דערביי האט דער רב אריינגעטייטשט אין די פסוקים אז סיי אברהם אבינו און סיי אליעזר האבן געפירט א ישיבה, אברהם פאר יונגערע בחורים, און אליעזר פאר עלטערע, און וועגן דעם ווערט אליעזר אנגערופן 'דולה ומשקה', ווייל משקה איז ווי עלטער אלס בעסער.
דער רב האט ארויסגעברענגט פילע נקודות אויף למעשה וואס מ'קען זיך ארויסלערנען פון די וואכעדיגע פרשה,
צווישן אנדערע האט דער רב אויסגעטייטשט אז ביי אברהם אבינו אין ישיבה האט מען געדארפט קומען פארטאגס לערנען, און דערביי ארומגערעדט איבער די מורא'דיגע וויכטיגקייט דערפון, און ארויסגעברענגט אז ס'איז זייער א שטארקע סדר, און אין דעם ווענדט זיך דעם גאנצן טאג.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די מידה פון גמילות חסדים, דער רב האט פארציילט עטליכע מעשיות איבער בחורים וואס פלעגן וויי טוהן אנדערע בחורים, און וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען טאר נישט רייטן אויף יענעם, אפי' צום ביישפיל די משפחה איז נעבעכדיג וכדו', און אפי' נישט דערגיין יענעם די יארן מיט'ן נאכגיין זיינע עבירות,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז א ישיבה איז א פלאץ וואו מען לערנט זיך אויס מידות טובות, וויאזוי צו זיין א מענטש, מ'דארף זעהן אריינצוכאפן און אויסנוצן די געלעגנהייט,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די בחורים זאלן זוכה זיין צו שטייגן און אויסנוצן די צייט, און ס'זאל זיין שמחות בקרוב געזונטערהייט.
אום 4:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ווילאמסבורג.
ארום 9:15 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב ביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו הק' ב"פ, בן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, עב"ג בת הרה"ג ר' אברהם יושע העשיל טווערסקי שליט"א - ראה"כ בארניב בן הגה"צ ר' מנחם נחום זצ"ל מראחמיסטריווקא, חתן כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די אדמורי"ם ורבנים אויפ'ן אויבנאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און חשוב'ע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און אין א באזונדערע ריקוד מיט האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א,
דער רב האט פארלאזט דעם שמחת החתונה ארום 9:30 אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
אין ווילאמסבורג האט דער רב ממשיך געווען זיך צו באטייליגן ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 34