🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י׳ חשוון תשפ״ה · Nov 11, 2024 · 10:05 AM
#489
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וירא =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"א - ס"ב.

ארום 1:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינעם עזרת נשים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה"ח ר' מרדכי לייב לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אשר צבי דוב פריינד הי"ו ביי די זאל פון כתר ריזל.

ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת רייך היושבים ע"פ אביהם מוה"ר יוסף מאיר נחמן ע"ה,
דער רב איז געזיצן א לענגערע צייט און מחזק געווען די פרישע יונגע יתומים און זיך אינטערעסירט אין זייער וואוילזיין, דערנאך האט דער רב אנגעוואונטשן ברכת תנחומים.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרב יואל זילבער שליט"א בן הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, חתן הרה"צ ר' שמעי' יעקב יודא פיש שליט"א - מביקסאד, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה בעניני בר מצוה, און דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט זכרונות פונעם זיידן הגה"צ מפריימאן זצ"ל אינאיינעם מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן טאטן און פאר די חשובע זיידעס, דערביי האט דער רב געגעבן א ספר דורן דרשה פאר'ן בר מצוה בחור.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 36