🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ד כסלו תשפ״ה · Dec 25, 2024 · 12:39 PM
#572
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת מקץ =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ה ע"ב - ע"ו ע"ב,

מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יואל משה גלויבער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די זכרונות פון די ישיבה וואס דער רב שליט"א האט געפירט וואוינענדיג אין אנטווערפן,
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תפילין, און געבעטן דעם בר מצוה בחור זיך מקבל צו זיין נישט צו רעדן מיט קיין תפילין, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:45.

ארום 5:25 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר ישעי' שעהר הי"ו אין די זאלן פון פרדס יואל.


א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 55
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ד כסלו תשפ״ה · Dec 25, 2024 · 12:39 PM
#571
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת מקץ =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ה ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לע"נ זקינו הרה"ק ר' יואל אשכנזי זצל - מ'זלאטשוב,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 2:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

פארנאכטס ארום 4:45 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר נפתלי מארקאוויטש הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד גאלדשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

אויפדערנאכט האט דער רב געליינט תנאים ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ב"ר מאיר ראובן וויינשטיין הי"ו און הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א און מוה"ר אשר אנשיל פריעדמאן הי"ו,
און ביים תנאים פון מוה"ר יצחק מיכאל יאקאב הי"ו און מוה"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון לומינענס,
און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל משה גלויבער הי"ו אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס.


א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 50
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ד כסלו תשפ״ה · Dec 25, 2024 · 12:39 PM
#570
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג מקץ - כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע =

ארום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ד ע"א - ע"ה ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר מרדכי יעקב ווייס הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר וואלף פאלאטשעק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל ב"ר נחום חיים וועלץ הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

און אזוי אויך ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ווייס הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר וואלף פאלאטשעק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 10:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר חיים יושע בבית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב געליינט תנאים ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנציון מעזעי הי"ו - ק"י, און מוה"ר פנחס שלמה פערלמוטטער הי"ו אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 55
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א כסלו תשפ״ה · Dec 22, 2024 · 6:51 PM
#567
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים דרשה נלהבה נעכטן מוצ"ש ביים מעמד סעודת הודאה כ"א כסלו 'גדלו והצליחו' במעמד רבבות אנשי שלומינו אינעם ריזן וואטערפראנט סקווער אין ווילאמסבורג.
~🌴~
👁 102
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א כסלו תשפ״ה · Dec 22, 2024 · 6:50 PM
#566
= מוצאי שבת קודש פרשת וישב - כ"א כסליו יום הצלה והשחרור של אבינו רועינו מרן רביה"ק זיעועכי"א =

ארום 10:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אינעם גיגאנטישן וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג צום מעמד אדיר 'גדלו והצליחו' סעודת הודאה לרגל כ"א כסלו במעמד רבבות אנשי שלומינו.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה לכבוד האי יומא דקא גרים, און ארומגערעדט בשבח המוסדות הק' וחובת השעה בעניני חינוך הבנים והבנות,
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח קהילתינו הק' וואס האט שוין זעקס בתי מדרשים וואס ווירבלט במשך די וואכעדיגע טעג מיט פילע מנינים און הונדערטער אנשי שלומינו,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות אין די לעצטע יאר צייט, וואס איז דער בעסטער סאטמאר'ע מוסדות איבער דער גארער וועלט, ארויסברענגענדיג די פילצאליגע פעולות און פרישע שינויים לטובה וואס זענען איינגעשטעלט געווארן דעם פארגאנגענעם יאר, צווישן אנדערע וויפיל הונדערטער בחורי ישיבתינו הקדושים פארהערן זיך בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת תלמודו בידו, און אזוי אויך די צוזאמקומען וואס מ'האט איינגעפירט ביי די מיידלעך נאך וואס מ'גייט ארויס פון שולע, א חידוש וואס איז נאכנישט געמאכט געווארן אין קיין איין מוסד, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט און גרויסקייט דערפון,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

תיכף נאכ'ן דרשה האט מען געהאט די זכיה צו מקבל פנים זיין הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס האט אפגעראכטן דעם שלחן הטהור לכבוד היום און משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה פאר די רבבות אנשי שלומינו.

נאכ'ן מעמד האט דער רב פארלאזט דעם וואטערפראנט סקווער אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 53
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א כסלו תשפ״ה · Dec 22, 2024 · 6:50 PM
#565
= רעווא דרעווין =

ארום 4:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: מוה"ר אברהם קליין הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: מוה"ר מנשה ברז"ל הכהן גליק הי"ו,
לוי: מוה"ר יודא הערש בערגער הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א,
שיר המעלות: מוה"ר אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו.

דער רב האט געזאגט תורה און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם יום טוב חנוכה הממשמש ובא,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז 'עד שתכלה רגל מן השוק', מיינט אז א מענטש זאל נישט מיינען אז ער טוט עפעס, אדער אז דורך זיין השתדלות געשעהט עפעס, נאר אלעס ווערט געפירט דורכ'ן אויבערשטן,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו בב"א.

ידיד נפש: מוה"ר אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: בנו הרה"ג זלמן לייב שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 51
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א כסלו תשפ״ה · Dec 22, 2024 · 6:50 PM
#564
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת וישב =

ארום 4:50 איז דער רב אריינגעקומען אין בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
דער רב האט געזאגט שיר השירים, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר בערל אקער הי"ו - ק"י,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען צום התוועדות ליל שבת קודש אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול,
במשכ'ן באטע האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת,
דער רב האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט נאכגעזאגט פילע דברי תורה פון ספרים הקדושים בעניני הפרשה וענינא דיומא צולייגנדיג דערביי הערליכע ציצים ופרחים.

דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל בערגער הי"ו,
מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן,
דער רב האט ארומגערעדט איבער יום הצלת אבינו רועינו רביה"ק זי"ע - כ"א כסלו הממשמש ובא, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני הודאה לרגל כ"א כסלו.

קה אכסוף: הרה"ח ר' פנחס פראנקל הי"ו,
ויהיו רחמיך: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די מסורה פון 'הרימותי ידי אל השם', 'הרימותי בחור מעם', 'הרימותי קולי ואקרא' בדרך דרוש ופלפול.

לקל אשר שבת: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א - ק"י,
דער רב האט מכבד געווען הר"ר שמואל זאנוויל פויגעל שליט"א - ראש כוללינו ויואל משה ירושלים פארצוזינגען אודה ה' בכל לבב,
ברכת המזון: הרה"ג ר' משה יצחק בערנשטיין שליט"א.

במשכ'ן באטע האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק המגיד מ'מעזריטש זי"ע וועמענ'ס יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - י"ט כסלו,
מ'האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל ר' נפתלי ב"ר משה נתן נטע קטינא הי"ו, ולבן הנולד אצל ר' מנחם משה ב"ר אליעזר גרינוואלד הי"ו, ולבן הנולד אצל ר' מאיר ב"ר יצחק טאמבער הי"ו,
דער רב האט טועם געווען און דערנאך געגעבן פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.

דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמעי' פריעדלענדער הי"ו,
צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב ברז"ל הכהן גליק שליט"א,
פאר'ן ליינען האט הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק' אויפגעטרעטן מיט'ן אפיעל לרגל די קאמפיין פאר מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג וואס קומט פאר ביים מעמד אדיר 'גדלו והצליחו' וסעודת הודאה לרגל כ"א כסלו דעם מוצאי שבת קודש.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר שלמה דוד יקותיאל גרינפעלד הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: ר' אליעזר אבא פריעד הי"ו,
לוי: מוה"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י,
שלישי: הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א,
רביעי: הרה"ח ר' אשר אנשיל ליכטענשטיין הי"ו,
חמישי: ר' אברהם יוסף ברי"י שאלאמאן הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: ר' שלמה מנשה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
אחרון: ר' יצחק בר"מ מיטטעלמאן הי"ו,
מפטיר: מוה"ר אברהם יצחק מערץ הי"ו,
הגבה: מוה"ר אברהם שמואל סאמעט הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א,
פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם יודא סאמעט שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער גוט שבת זאגן, מ'האט געענדיגט ארום 12:10.

דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען דעם קידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי"ו, ולרגל הולדת הבת אצל ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 44
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א כסלו תשפ״ה · Dec 22, 2024 · 6:49 PM
#563
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת וישב =

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ד ע"ב - ע"ה ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 43
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט כסלו תשפ״ה · Dec 20, 2024 · 7:25 AM
#562
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת וישב =

ארום 7:20 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ד ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער עניני תפילה,
ובפרט האט דער רב אויפגעפאדערט מ'זאל זעהן צו קומען באצייטנס צום דאווענען וואס דאס איז די עיקר יסוד, און אין דעם ווענדט זיך די גאנצע דאווענען, און דערנאך דעם גאנצן טאג,
דער רב האט מעורר געווען די בחורים מ'זאל לייגן תפילין נאך פאר דער בעל תפילה זאגט ברכות, און אזוי קען מען זאגן געהעריג קרבנות וואס איז א חלק פונעם דאווענען,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל דורכדעם זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.

דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:15.

ארום 5:20 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 42
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ח כסלו תשפ״ה · Dec 19, 2024 · 7:50 PM
#561
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וישב =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ג ע"ב - ע"ד ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:15.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מנחם יודא שלעזינגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אנשיל פריינד הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל ברי"ב שטערן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

~🌴~
👁 40
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ח כסלו תשפ״ה · Dec 19, 2024 · 7:50 PM
#560
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וישב {ח"ב} =

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרב פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א וחתן האדמו"ר מקאזאווא, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נפתלי מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אוהעל מאנסי שליט"א וחתן האדמו"ר משאץ וומ"ס שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון ויואל משה,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים שליט"א און ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן דעם חתן, מחותנים און חשוב'ע זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן אויבנאן.

אזוי אויך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אלעזר ברעכער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' שמואל מרדכי יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' קלמן ציממערמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל שפילמאן הי"ו - ק"י, וואס איז פארגעקומען בבית המחותן.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.

ביים אנקומען אין בארא פארק ארום 10:25 האט זיך דער רב צום ערשט באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' חיים משה דוד מייער הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך חותנו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון בית שפרה ראחמיסטריווקא,
נאכ'ן שבע ברכות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 41
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ח כסלו תשפ״ה · Dec 19, 2024 · 8:29 AM
#551
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וישב =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א זיך ארויסגעלאזט פון קרית יואל אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
דער רב איז אנגעקומען ארום 9:00 און אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

ארום 9:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, דאן איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר אלע תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן פריוואט איבער אלע ענינים,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:15.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף בשבילי התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבורג געגנט,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת און נאך,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, און ארומגערעדט בדברי מוסר והדרכה,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידים וואס לייגן באמת אריין שטארקע כוחות, און ארומגערעדט איבער די מעלה פון די ישיבה אז מ'איז אפגעזונדערט פון די דרויסענדיגע טריפה'נע גאס, און מ'קען זיך אינגאנצן אריינווארפן אין תורה ומצוות,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל טאקע קענען אויסנוצן ריכטיג די צייט און שטייגן מעלה מעלה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:05.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 36
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ז כסלו תשפ״ה · Dec 17, 2024 · 2:07 PM
#550
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת וישב =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ב ע"ב - ע"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
ארום 12:40 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צום שמחת החתונה בחצרות קדשינו,
החתן פרע"ח הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א בן כ"ק גאב"ד סיגעיט זצ"ל, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' יואל הלברשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים ק"י בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל חתן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א.

ביים אנקומען אין קרית יואל איז דער רב צום ערשט אהיים לביתו, און דערנאך אריבער לבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן חתונה בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פאר'ן חופה ארום 6:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר דוד ארי' בבית מדרשינו הגדול.

נאכ'ן שמחת החתונה ארום 2:00 איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י.

~🌴~
👁 33
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ז כסלו תשפ״ה · Dec 17, 2024 · 2:06 PM
#549
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וישב =

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ב ע"א - ע"ד ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר יואל בר"ש גרובער שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

שפעטער איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך צום ביהמ"ד החדש בבית הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' שלמה זלמן הי"ו,
דערביי האט זיך דער רב באדאנקט פאר ר' שלמה זלמן הי"ו וואס האט אין די לעצטערע טעג מנדב געווען א ריזן סכום לטובת מוסדותינו הק' וומ"ס.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

~🌴~
👁 32
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ו כסלו תשפ״ה · Dec 16, 2024 · 2:23 PM
#548
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת וישלח =

דעם שבת קודש האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט בצל הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הצדק קרית יואל לרגל דעם שבת של שמחה בחצרות קדשינו בשמחת עלי' לתורה פון נכד רבינו,
החתן פרע"ח הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' יואל הלברשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים ק"י, חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.

דער רב האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת בצל הקודש, און אזוי אויך די סעודת שבת קודש אינאיינעם מיט די משפחת המלוכה בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א אויף צאנז קט.

שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט זיך דער רב באטייליגט ביים קידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל ר' וואלף בערגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית אביו הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו - יד ימינו של הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.

מוצאי שבת קודש ארום 9:45 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון נכדי דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
החתן בן הרב לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - אב"ד בית אהרן, חתן הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א, חתן האדמו"ר מבארניב שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און די זיידעס הגאו"צ בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דערנאך ארום 10:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 37
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ב כסלו תשפ״ה · Dec 13, 2024 · 7:34 AM
#546
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת וישלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"א ע"ב - ע"ב ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 1:30 איז דער רב אנגעקומען אינעם בית האופה דקהילתינו הק' אין קרית יואל, זיך אומקוקן אויף עטליכע נייע מהלכים און הידורים וואס מהאט נארוואס איינגעפירט אינעם בעקעריי, כדי עס צו קענען איינשטעלן אינעם בית האופה דקהלתינו הק' בוומ"ס,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויפ'ן גאנצן סדר האפי' אין באגלייטונג פונעם מנהל בית האופה מוה"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו, און שטארק מפליא געווען די פולע חומרות והידורים, און אנגעוואונטשן ס'זאל זיין מיט הצלחה.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט,
דער רב איז אנגעקומען ארום 3:15 און אריין בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמד צו תפילת מנחה,
נאך מנחה איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת און נאך,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, צווישן אנדערע נכדו הב' זלמן לייב גלאנץ ני"ו.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'עם לבן גרתי ואחר עד עתה' וואס רש"י זאגט 'עם לבן גרתי ותרי"ג מצות שמרתי', און ארומגערעדט בדברי מוסר והדרכה וואס מ'קען ארויסנעמען פון די פסוקים.

באזונדער האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט חנוכה,
דער רב האט נאכגעזאגט רמזים פון ספרים הקדושים אויף די פך שמן וואס דער כהן גדול האט געטראפן, און געזאגט אז חנוכה איז שוין מרומז פארגאנגענע וואך אין די סדרה,
דער רב האט ארומגערעדט וויאזוי מ'דארף זיך צוגרייטן צו אזא יום טוב, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל זיך טאקע קענען צוגרייטן מיט א ריכטיגע הכנה צו קענען מקבל זיין די גרויסע אורות פונעם יום טוב.

דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 4:10.

ארום 4:55 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף בשבילי התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבורג געגנט,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די וואכעדיגע סדרה בדברי חיזוק והדרכה,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי הכנה ליום טוב חנוכה וויאזוי זיך צוצוגרייטן צו אזא גרויסן יום טוב,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

די תלמידי הישיבה זענען אריבער זאגן גוט שבת,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 5:30.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל.

ארום 10:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ח ר' יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו, און אזוי אויך ביים תנאים פון החתן בן הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' ליפא בר"יי ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן שע"י ביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון המשב"ק החתן חנני' יו"ט ליפא דייטש הי"ו בן הרה"ח ר' ישראל יעקב הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו אין די זאל פון כינור דוד,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו - מאנסי, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

ארום 11:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר דוד ארי' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 41