🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ז כסלו תשפ״ה · Dec 17, 2024 · 2:06 PM
#549
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וישב =

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ב ע"א - ע"ד ע"א.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר יואל בר"ש גרובער שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

שפעטער איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך צום ביהמ"ד החדש בבית הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' שלמה זלמן הי"ו,
דערביי האט זיך דער רב באדאנקט פאר ר' שלמה זלמן הי"ו וואס האט אין די לעצטערע טעג מנדב געווען א ריזן סכום לטובת מוסדותינו הק' וומ"ס.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

~🌴~
👁 32