= מוצאי שבת קודש פרשת וישב - כ"א כסליו יום הצלה והשחרור של אבינו רועינו מרן רביה"ק זיעועכי"א =
ארום 10:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אינעם גיגאנטישן וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג צום מעמד אדיר 'גדלו והצליחו' סעודת הודאה לרגל כ"א כסלו במעמד רבבות אנשי שלומינו.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה לכבוד האי יומא דקא גרים, און ארומגערעדט בשבח המוסדות הק' וחובת השעה בעניני חינוך הבנים והבנות,
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח קהילתינו הק' וואס האט שוין זעקס בתי מדרשים וואס ווירבלט במשך די וואכעדיגע טעג מיט פילע מנינים און הונדערטער אנשי שלומינו,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות אין די לעצטע יאר צייט, וואס איז דער בעסטער סאטמאר'ע מוסדות איבער דער גארער וועלט, ארויסברענגענדיג די פילצאליגע פעולות און פרישע שינויים לטובה וואס זענען איינגעשטעלט געווארן דעם פארגאנגענעם יאר, צווישן אנדערע וויפיל הונדערטער בחורי ישיבתינו הקדושים פארהערן זיך בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת תלמודו בידו, און אזוי אויך די צוזאמקומען וואס מ'האט איינגעפירט ביי די מיידלעך נאך וואס מ'גייט ארויס פון שולע, א חידוש וואס איז נאכנישט געמאכט געווארן אין קיין איין מוסד, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט און גרויסקייט דערפון,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
תיכף נאכ'ן דרשה האט מען געהאט די זכיה צו מקבל פנים זיין הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס האט אפגעראכטן דעם שלחן הטהור לכבוד היום און משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה פאר די רבבות אנשי שלומינו.
נאכ'ן מעמד האט דער רב פארלאזט דעם וואטערפראנט סקווער אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
א גוטע וואך.
~🌴~

👁 53