🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א כסלו תשפ״ה · Dec 22, 2024 · 6:50 PM
#565
= רעווא דרעווין =

ארום 4:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: מוה"ר אברהם קליין הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: מוה"ר מנשה ברז"ל הכהן גליק הי"ו,
לוי: מוה"ר יודא הערש בערגער הי"ו - ק"י,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א,
שיר המעלות: מוה"ר אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו.

דער רב האט געזאגט תורה און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם יום טוב חנוכה הממשמש ובא,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז 'עד שתכלה רגל מן השוק', מיינט אז א מענטש זאל נישט מיינען אז ער טוט עפעס, אדער אז דורך זיין השתדלות געשעהט עפעס, נאר אלעס ווערט געפירט דורכ'ן אויבערשטן,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו בב"א.

ידיד נפש: מוה"ר אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: בנו הרה"ג זלמן לייב שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 51