🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ד כסלו תשפ״ה · Dec 25, 2024 · 12:39 PM
#571
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת מקץ =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ה ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לע"נ זקינו הרה"ק ר' יואל אשכנזי זצל - מ'זלאטשוב,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ביים פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

ארום 2:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

פארנאכטס ארום 4:45 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר נפתלי מארקאוויטש הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד גאלדשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

אויפדערנאכט האט דער רב געליינט תנאים ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ב"ר מאיר ראובן וויינשטיין הי"ו און הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א און מוה"ר אשר אנשיל פריעדמאן הי"ו,
און ביים תנאים פון מוה"ר יצחק מיכאל יאקאב הי"ו און מוה"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון לומינענס,
און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל משה גלויבער הי"ו אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס.


א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 50