🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 10:17 PM
#904
= לקראת שבת לכו ונלכה =

דעם שבת קודש פרשת משפטים - שבת מברכים חודש אדר וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אויף שבת בשכונת קעסקעיד אין וויליאמסבורג, און אפרעכטן דעם גאנצן שבת אויף א דערהויבענע פארנעם אינאיינעם מיט אנשי שלומינו תושבי השכונה.

די שבת התאחדות בראשות דעם רב שליט"א וועט געפראוועט ווערן בהיכל בית המדרש בנין געלבשטיין דקהילתינו הק',
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות שבת בהיכל הביהמ"ד,
פאר קבלת שבת וועט דער רב משמיע זיין קורצע דברי הכנה לשבת קודש,
די סעודת ליל שבת וועט דער רב אפרעכטן בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די בחורי חמד תושבי השכונה, און דערנאך וועט פארקומען דעם וועכנטליכן התוועדות פאר אלע אנשי שלומינו,
שבת קודש אינדערפרי פאר'ן דאווענען וועט דער רב פארלערנען א שיעור בספרי חסידות פאר די בחורי חמד,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבא בהיכל הביהמ"ד,
רעוא דרעוין וועט געפראוועט ווערן אויף א גאר דערהויבענע פארנעם, וואו דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה בדברי כיבושין לרגל נעילת ימי השובבי"ם וכניסה לימי השמחה של חודש אדר.


נעכטן מוצאי שבת קודש זענען אריין בביתו פונעם רב שליט"א די עסקני וגבאי הביהמ"ד, מ'האט ארומגערעדט איבער די הצלחה און דעם גרויסן וואוקס אינעם געגנט די לעצטערע יארן, און אויסגעשמועסט די הרחבת גבולי הקדושה בתוככי קהילתינו הק', צווישן אנדערע האט זיך דער רב נאכגעפרעגט איבער די נייע מנין וואס מ'האט באזונדער אוועקגעשטעלט פאר די פרישע יונגעלייט אברכי קהילתינו הק' אינעם געגנט,
דערנאך איז מען איבערגעגאנגען אלע דעטאלן פונעם שבת, און אויסגעשמועסט דעם גאנצן סדר השבת בכל פרטיה, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, שתשרה שכינה במעשי ידינו, און די שבת זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה, ס'זאל אויפטוהן דעם ערווארטעטן ציהל להרים ולחזק די כח התורה והחסידות בתוך השכונה.
👁 149