🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ו שבט תשפ״ה · Feb 13, 2025 · 10:15 PM
#882
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת יתרו =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ה' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 1:30.

אויפדערנאכט ארום 7:15 האט דער רב מסדר קידושין ביים חופה פון החתן בן מוה"ר זלמן פרידריך הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף קרויס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך איז דער רב געווען אויף א ניחום אבלים ביי משפחת טירנויער וואס זיצן שבעה ע"פ הרה"ח ר' ישראל ב"ר אלי' דוד טירנויער ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' משה ישעי' ב"ר יוסף חיים עקשטיין הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית חמיו ר' יואל בר"א ניימאן הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 97
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ו שבט תשפ״ה · Feb 13, 2025 · 3:25 AM
#878
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת יתרו =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ד' ע"ב - ה' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:30 האט זיך דער רב אינאיינעם מיט חתנו הרה''ג ר'יואל גלאנץ שליט''א ארויסגעלאזט פונעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד השמחה פאר אלע תלמידי המתיבתא וואס איז פארגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ק"י בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ביים אנקומען אין ק"י איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א.

פאלגענד לייגן מיר אריבער די באריכט פונעם מסיבת לחיים רבתי אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם.

ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אינאיינעם מיט'ן רב און די חתן און מחותנים אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מסיבת לחיים רבתי בתופים ובמחולות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים לרגל די שידוך שליסן פונעם ערשטן אור אייניקל,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודיה און ניגוני דביקות ושמחה פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און פאר אלע בחורים ורמ"י וישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי אגדה בעניני נשואין און דערנאך ארויסגעברענגט די שמחה מיט די שידוך שליסן מיט אזא חשוב'ע חתן א תלמיד הישיבה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן דער אבי החתן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און פאר בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און מסיים געווען אנוואונטשענדיג שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה נאכזאגענדיג פונעם ייטב לב זי"ע אל תהי ברכת כל"ה הדיוט בעיניך, און אזוי אויך אז דער קדושת יו"ט זי"ע האט געזאגט אז ער וועט זיך אויפטוהן בעולם העליון אז ער האט אנגעטוהן שטריימלעך פאר די בחורים און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז אלע בחורים זאלן אנטוהן שטריימלעך בקרוב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער חתן האט געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און דערנאך א מחול לצדיקים מיט די מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 1:45 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיט'ן רב אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו פון ב"פ היושב ע"פ אחותו ע"ה.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל שפיטצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שמואל ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה האפפמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל ב"ר יוסף לעווי הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה האפפמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים יוסף בנציון רייז הי"ו און מוה"ר אברהם יצחק מערמעלשטיין הי"ו אין די זאל פון לא שאטאו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל שפיטצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמואל ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 124
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ו שבט תשפ״ה · Feb 13, 2025 · 12:23 AM
#876
0:22 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו 🌴
דער ציבור ביים אריבערגיין ווינטשן פאר הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און די מחותנים ביים היסטארישן שמחת התנאים פונעם עלטסטן אייניקל ביים רב פארגאנגענעם מאנטאג בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס
~🌴~
👁 93
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ד שבט תשפ״ה · Feb 12, 2025 · 1:12 AM
#873
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל און עס אויסגעטייטשט בעניני נשואין אז די כח פון אברהם אבינו גייט אריין אין יעדע אידישע שטוב און דאס האלט די שטוב הייליג,
דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשוב'ן חתן 'א תלמוד חכם א ירא שמים' וואס מען האט שוין בעבר פארהערט אויף מקצועות התורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן כלה, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס מצד החתן ומצד הכלה,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח והודיה צו הקב"ה אז מען דערלעבט א שידוך שליסן פון א דור רביעי בשעטו"מ און מען דאנקט הקב"ה בתוך רבים אהללנו און מען בעט א תפילה אויף די עתיד מען זאל דערלעבן נאך אסאך שמחות ביי אלע קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד בשמחה עצומה מיט'ן גאנצן אויבנאן.

דערנאך איז דער רבי אינאיינעם מיט'ן רב ארויס און אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר הרבנית הצדיקת תליט"א,
און דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל.

דער רב איז צוריק אריין בהיכל הביהמ"ד וואו אלפי אנשי שלומינו זענען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א, פאר די חתן, מחותנים און זיידעס פאר א לענגערע צייט,
מ'האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ד שבט תשפ״ה · Feb 12, 2025 · 1:12 AM
#872
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"

ארום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום היסטארישן שמחת התנאים פונעם עלטסטן אייניקל און ערשטן אור אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - הכלה הבתולה תחי' בת לחתנו הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א מ'בארדיוב,
עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א, בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה ק"י, בן הגה"צ רבי יחיאל אשר פאנעט שליט"א - אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל, וחתן הגה"צ רבי יושע וואגשאהל שליט"א - אב"ד יאסלא, חתן הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א - אב"ד גרינוויל.

דער ציבור האט מקבל פנים דעם רב בתופים ובמחולות בשירה וזמרה מיט'ן ניגון קול רנה, און נאך.

נאך עטליכע מינוט האט דער רב משמיע געווען א דרשה לכבוד השמחה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אלע חסדים ביי אידישע קינדער קומט מיט שוועריגקייטן, און אויב ס'איז דא שוועריגקייטן איז א סימן אז ס'איז גוט.

די תכלית פון אויפשטעלן דורות איז צו איינפלאנצן אידישקייט אין די קינדער, אויב א איד איז מתפלל פאר קינדער כדי צו קענען גרעסער מאכן דעם אויבערשטן'ס נאמען, העלפט דער אויבערשטער און מ'איז זוכה דערצו.

דער רב האט געדאנקט דעם אויבערשטן מיט א קול געשטיקט פון טרערן, אז אפילו ס'איז אריבער כל התלאה אשר מצאתם בדרך, פון תשס"ה ביים חתונה ווען מ'האט געהאפט אז דער זיידע ז"ל דער ברך משה וועט זיך קענען משתתף זיין און מ'וועט באקומען א ברכה, און נאכדעם ביז היינט אויף יעדן טריט און שריט האט מען געדארפט האבן גרויסע תפילות אז מ'זאל קענען זוכה זיין צו דעם גליקליכן טאג, אפילו ס'איז אריבער גאר אסאך שוועריגקייטן האט מען זיך געדארפט פרייען, מ'האט געדארפט ווייזן א פנים שוחקות און דאנקן דעם אויבערשטן, און די גאנצע צוואנציג יאר איז אריבער גאר שווער אבער מיט א האפענונג אז מ'וועט זוכה זיין צו זעהן נחת, טוהן גוטע שידוכים, און ברוך השם אז מ'האט טאקע זוכה געווען דערצו.

דער רב האט ארויסגעברענגט די שמחה פונעם טאטן זז"ג ווען ער האט געהערט פונעם שידוך, חוץ די עצם שמחה פונעם שידוך פון אן אור אייניקל, איז אבער די שמחה פון וועם די רעדע איז,
און דערביי משבח געווען דעם חתן וואס מ'האט אליינס פארהערט, און ממש ארויס פון די כלים, און צוגעלייגט אז אפאר וואכן שפעטער ווען כ'האב גערעדט צום טאטן און מ'האט גערעדט וועגן שידוכים, און מ'האט דערמאנט דעם נאמען, איז דער טאטע אויפגעשפרינגען זאגנדיג אז כ'האב אים פארהערט און דאן געטראכט אז הלואי דער בחור זאל אריינקומען ביי אונז אין די משפחה.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע מחותנים, ובפרט פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט אז ער זאל זוכה זיין צו בני רבעים וחמשיים, און פאר אלע משתתפים וואס קומען זיך מיטפרייען מיט'ן שמחה, און מ'זאל זוכה זיין צו שידוכים פון אייניקלעך און אור אייניקלעך, און דער טאטע זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.

ארום 10:15 האט מען געהאט די זכיה צו אנטפאנגן דעם גרויסן עלטער זיידע אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ביים אריינקומען האט זיך רבינו שליט"א באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס אויפ'ן אויבן אן, און געטאנצן אויפ'ן פלאץ מיט גרויס התרגשות פאר עטליכע מינוט אויף די ניגונים קול רנה, חסדי ה' כי לא תמנו, און נאך.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א בדברי שבח והודאה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, און ארויסגעברענגט ווי די ברכות וואס רביה"ק הברך משה זי"ע האט געוואונטשן פון טיפן הארצן ביים מעמד לחיים נאכ'ן שידוך שליסן האט געברענגט ביז אהער, און די ברכות וועלן ווייטער באגלייטן אויך די קומענדיגע דורות.

מען האט געזינגען ווארימע ניגוני שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד, בשעת רבינו שליט"א איז בדביקות ובהתרוממות.

דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, ערב קבלן מצד החתן הרה"ח ר' שמעון כ"ץ הי"ו, מצד הכלה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו,
עדים: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו - ק"י.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי החתן,
דער רבי האט מכבד געווען דער עלטער זיידע גיסו כ"ק גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א צו ליינען די תנאים, און מ'האט געבראכן טעלער,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן חתן, גיסו גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און נכדו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און פאר די מחותנים און זיידעס, און באזונדער האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן פאר דער עלטער זיידע הגה"צ אב"ד גרינוויל שליט"א.
👁 97
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ד שבט תשפ״ה · Feb 12, 2025 · 1:12 AM
#871
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת יתרו =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ד' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד השמחה,
ביים אריינקומען האט מען געטאנצן און געזינגען ניגוני שמחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, און ארויסגעברענגט אז די וואך אין די פרשה זעהט מען אז יתרו לויבט דעם אויבערשטן ווייל ער האט אליינס איינגעזעהן די חסדים, די זעלבע זאך דארפן מיר אליינס וועלן לויבן און דאנקן דעם אויבערשטן,
מ'דארף נישט קיין מוזיק צו זינגען מזמור לתודה, ביים דאווענען דארף זיך פון זיך אליינס טאנצן ביי דעם קאפיטל.

די יאר פון צעירים איז גאר א גוטע זמן, מ'דארף עס זעהן גוט אויסנוצן, ווייל גאר אסאך בחורים װען מ'גייט ארויס, קוקט מען צוריק, און מ'זעהט וואס מ'האט פארפאסט.

ס'קומט יעצט חמשה עשר בשבט, מ'דארף בעטן דעם אויבערשטן אז מ'זאל באקומען דעת צו פארשטיין לערנען, און זוכה זיין צו האבן א השגה אין תורה,
אזוי אויך קומט יעצט די פרשה פון קבלת התורה, איז יעצט די צייט זיך מקבל צו זיין קבלות טובות, לערנען פלייסיגער וכדומה, און זוכה זיין צו אלע השפעות וואס קומען בזכות דעם.

ס'קומט יעצט א זמן פון א שמחה, מ'דארף זעהן אז אפילו מען קומט זיך באטייליגן און מיטהאלטן, זיך צו האלטן צו די סדרי הישיבה, און קומען געהעריג צייטליך,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דער טאטע זז"ג זאל זעהן נחת מכל יוצ"ח, עד ביאת הגואל.

דערנאך זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן ברכת מזל טוב,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

אינמיטן דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.

ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט ארומגערעדט בנוגע פארטאגס, די מעלה דערפון און די וויכטיגקייט, וואס דאס איז די יסוד פון א איד,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אין אלע ענינים דארף מען זיך צושטעלן צו די הנהלת הישיבה, און מ'זאל קיינמאל נישט טוהן אנדערש ווי מען פארלאנגט.

דערנאך האט דער רב גאר שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם און וואס מ'קען אלץ אויפטוהן אין די טעג, און ארויסגעברענגט אז מען זאל זעהן גוט אויסצונוצן די לעצט פארבליבענע טעג פון די ימי השובבי"ם, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר דברי יואל בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מרדכי סטראלאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משולם זושא ברב"י שניטצלער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
👁 100
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ג שבט תשפ״ה · Feb 11, 2025 · 10:46 AM
#867
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת יתרו 10:30 אינדערפרי =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט יעצט פארלאזט ישיבה לצעירים נאך תפילת שחרית אויפ'ן וועג קיין קרית יואל אינאיינעם מיט חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א צום מסיבת לחיים רבתי בהיכל המתיבתא הק' בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 106
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ג שבט תשפ״ה · Feb 11, 2025 · 12:18 AM
#858
🌴בצל מורינו 🌴
ערשטע בילדער:
רבינו שליט"א ביים ערשיינען צום היסטארישע שמחת התנאים פונעם ערשטן אור אייניקל בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס במעמד אלפי אנשי שלומינו.
~🌴~
👁 252
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ג שבט תשפ״ה · Feb 11, 2025 · 12:07 AM
#835
🌴בצל מורינו🌴

ערשטע בילדער:
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים משמיע זיין די דרשה לכבוד השמחה ביים היסטארישן שמחת התנאים פונעם עלטסטן אייניקל, במעמד אלפי אנשי שלומינו.
~🌴~
👁 232
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ג שבט תשפ״ה · Feb 11, 2025 · 12:05 AM
#832
🌴בצל מורינו🌴

ערשטע בילדער:
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים ערשיינען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום היסטארישן שמחת התנאים פונעם עלטסטן אייניקל, במעמד אלפי אנשי שלומינו.
~🌴~
👁 233
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב שבט תשפ״ה · Feb 10, 2025 · 10:10 PM
#831
🌴בצל מורינו🌴

הגה''צ דער רב שליט''א האט יעצט געענדיגט די דברי תורה ביים היסטארישן מעמד התנאים,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אלע חסדים ביי אידישע קינדער קומט מיט שוועריגקייטן, אויב ס'איז דא שוועריגקייטן איז א סימן אז ס'איז גוט.

די תכלית פון אויפשטעלן דורות איז צו איינפלאנצן אידישקייט אין די קינדער, אויב א איד איז מתפלל פאר קינדער כדי צו קענען גרעסער מאכן דעם אויבערשטן'ס נאמען, העלפט דער אויבערשטער און מ'איז זוכה דערצו.

דער רב האט געדאנקט דעם אויבערשטן מיט א קול געשטיקט פון טרערן, אז אפילו ס'איז אריבער כל התלאה אשר מצאתם בדרך, פון תשס"ה ביים חתונה ווען מ'האט געהאפט אז דער זיידע ז"ל וועט זיך קענען משתתף זיין און מ'וועט באקומען א ברכה, און נאכדעם ביז היינט אויף יעדן טריט און שריט האט מען געדארפט האבן גרויסע תפילות אז מ'זאל קענען זוכה זיין צו דעם גליקליכן טאג, אפילו ס'איז אריבער גאר אסאך שוועריגקייטן האט מען זיך געדארפט פרייען, מ'האט געדארפט ווייזן א פנים שוחקות און דאנקן דעם אויבערשטן, און די גאנצע צוואנציג יאר איז אריבער גאר שווער אבער מיט א האפענונג אז מ'וועט זוכה זיין צו זעהן נחת, טוהן גוטע שידוכים, און ברוך השם אז מ'האט זוכה געווען דערצו.

דער רב האט ארויסגעברענגט די שמחה פונעם טאטן זז"ג ווען ער האט געהערט פונעם שידוך, חוץ די עצם שמחה פונעם שידוך פון אן אור אייניקל, איז אבער די שמחה פון וועם די רעדע איז, און דערביי משבח געווען דעם חתן וואס מ'האט אליינס פארהערט, און ממש ארויס פון די כלים, אפאר וואכן שפעטער ווען כ'האב גערעדט צום טאטן און מ'האט גערעדט וועגן שידוכים, און מ'האט דערמאנט דעם נאמען, איז דער טאטע אויפגעשפרינגען זאגנדיג אז כ'האב אים פארהערט און דאן געטראכט אז הלואי דער בחור זאל אריינקומען אין די משפחה.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע מחותנים, ובפרט פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט אז ער זאל זוכה זיין צו בני רבעים וחמשיים, און פאר אלע משתתפים וואס קומען זיך מיטפרייען מיט'ן שמחה, און מ'זאל זוכה זיין צו שידוכים פון אייניקלעך און אור אייניקלעך, און דער טאטע זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
👁 105
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב שבט תשפ״ה · Feb 10, 2025 · 9:45 PM
#829
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג יתרו 9:37 אויפדערנאכט =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט יעצט אן די דרשה ביים שמחת התנאים פונעם עלטסטן אייניקל.

מ'קען מיטהאלטן א לייוו הוק-אפ אויף מערכת קול סאטמאר, די בעקאפ נומבער איז 3518887117.

"שמחו בה' וגילו צדיקים והרננו כל ישרי לב"
~🌴~
👁 168