🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ׳ שבט תשפ״ה · Feb 18, 2025 · 1:21 AM
#917
שפעטער איז דער רב אריבער אין שטוב פון הר"ר חיים שלמה קרויס שליט"א - חבר הנהלת ישיבה קטנה דרך התורה, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה פארגאנגענע וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מקומות הקדושים אין אייראפע, איבער די מנהג פון זאגן מגן אבות, איבער די צדיקים לבית דעעש, און איבער די שבתים וואס רבותיה"ק בעל דברי יואל יואל און בעל ברך משה ולהבחל"ח מרן רבינו שליט"א האבן געפראוועט אין שטאט מאנסי.

באזונדער האט מען ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון ישיבת דרך התורה, איבער די געוואלדיגע אויסטערלישע הצלחה וואס באגלייט די ישיבה מיום הוסדה ועד עתה למעלה מן המשוער,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואו הר"ר חיים שלמה שליט"א האט בייגעשטייערט א סכום הגון לטובת דעם נייעם בנין פאר ישיבת דרך התורה,
דער רב האט אונטערגעשריבן די שטר אינאיינעם מיט'ן נדבן, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הר"ר חיים שלמה שליט"א, פאר'ן חתן, פאר'ן מחותן הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, און די בני המשפחה,
דער רב האט פארלאזט דעם שטוב ארום 6:00.


אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אשר זעליג בלייך הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת קליין.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 9:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים ק"י עב"ג בת מוה"ר שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו אין זאל פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הב' בן מוה"ר וואלף בער רעטעק הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל,
ביי די שבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יחזקאל מאיר טענענבוים שליט"א בן הרה"ג ר' שרגא שליט"א וחתן הר"ר יעקב שווארץ שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יודא נתנאל גראס שליט"א בן הר"ר חיים אליעזר שליט"א - סגן ראה"ק דקהילתינו הק', וחתן הגה"צ אבד"ק לאנדסבערג שליט"א, אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 98