🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 7:27 PM
#903
= רעוא דרעוין =

ארום 5:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
הוצאה והכנסה: מוה"ר יצחק בער ווירצבערגער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: מוה"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו - לאנדאן,
שלישי: מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען אנשי שלומינו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם.

דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק וואס משה רבינו האט געענטפערט פאר יתרו 'כי יבא אלי העם לדרוש אלוקים', און נאכגעזאגט פונעם זיידן ז"ל דער ישמח משה אז דער אויבערשטער איז מצרף דעם טוב העתיד, אפי' מ'איז יעצט אין א שלעכטע מצב, קוקט דער אויבערשטער אויפ'ן עתיד אז מ'גייט נאך זיין גוט, און איז עס מצרף אויף יעצט, דער רבי ז"ל לייגט צו אז דער אויבערשטער איז אויך מצרף דעם טוב העבר,
און ארויסגעברענגט אז אפילו געווענליך איז די הלכה אז אויב מ'איז זיך מודה פאר ס'קומט עדים, איז מען פטור, אבער אויב ס'איז שוין באו עדים העלפט נישט קיין הודאה, מיט דעם אלעם אויב מען האט אמת'דיג חרטה, וועט העלפן די תשובה, ווייל דער אויבערשטער איז היה הוה ויהיה, און ער וועט מצרף זיין דעם טוב העבר והעתיד.
דער רב האט ארויסגעברענגט פארוואס דער אויבערשטער ווערט אנגערופן איש, ער איז דאך נישט קיין מענטש, אבער דער אויבערשטער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט וואס א מענטש איז, א מענטש איז נישט קיין מלאך, און ער פארשטייט וויאזוי א איד אינעם היינטיגן דור שנת תשפ"ה איז ארומגענומען מיט נסיונות און די שוועריגקייטן וואס מ'גייט אדורך.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם, און אויפגעפאדערט אז שטייענדיג שוין די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם, זאל מען עס זעהן אויסצונוצן די מערסטע וואס שייך,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודא ראזענבערג הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' גימפל וויינגארטן הי"ו - מאנטריאל,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב געזאגט שבע ברכות פאר החתן יודא ב"ר שמואל ווידער ני"ו, און פאר החתן שלמה יחזקאל ב"ר יצחק בער ווירצבערגער ני"ו.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109