🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח שבט תשפ״ה · Feb 16, 2025 · 7:27 PM
#902
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת יתרו =

ארום 5:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, דער רב האט געזאגט שיר השירים און עוסק געווען בתורה,
דערנאך האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה ערב שבת קודש,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר אלטר גאלדבערגער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45 און דער רב איז אהיים לביתו.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:4 5 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

דער רב האט מכבד געווען אנשי שלומינו מיט די זמירות שבת קודש, מ'האט געזינגען כל מקדש,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק בפרשת השבוע 'ויחד יתרו על כל הטובה אשר עשה ה' לישראל אשר הצילו מיד מצרים, ויאמר יתרו ברוך ה' אשר הציל אתכם מתחת יד מצרים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער, מ'האט געזינגען קה אכסוף,
ויהיו רחמיך: מוה"ר יצחק אייזיק אפפעלדארפער הי"ו,
ברכת המזון: חתנו הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:45 און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
בעל תפילה שחרית: הרה"ח ר' שרגא בלומענבערג הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברון שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק',
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
שלישי: החתן יעקב ב"ר זלמן פרידריך ני"ו,
רביעי: החתן יודא ב"ר שמואל ווידער ני"ו,
חמישי: החתן שלמה יחזקאל ב"ר יצחק בער ווירצבערגער ני"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הרה"ח יענקל שטיינמעטץ הי"ו,
אחרון: הרה"ח יוסף לעווי הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 103