🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א אדר תשפ״ה · Mar 11, 2025 · 9:50 AM
#995
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת כי תשא 2:50 נאכמיטאג אין אנטווערפן, 9:50 אינדערפרי אין ניו יארק =

אין די יעצטיגע מינוטן קומט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אן לבית האכסניא אין שטאט אנטווערפן.

אום 5:45 נאכמיטאג ארטיגע זייגער וועט דער רב אנקומען אויף א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים בהיכל הכולל און משמיע זיין א שיעור אין די סוגיא וואס מ'איז עוסק,
דערנאך וועט דער רב אנקומען בהיכל הישיבה קטנה דקהילתינו הק' וואו עס וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים און דער רב וועט משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידי הישיבה,
דערנאך וועט דער רב אריבערגיין צו די נייע קאך וואס איז געבויט געווארן דורך די הנהלת הקהילה פאר די באנוץ פון די ישיבה קטנה און צו מאכן ביליגע שמחות.

= בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה =
~🌴~
👁 119