🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ו׳ אדר תשפ״ה · Mar 6, 2025 · 7:55 PM
#979
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תצוה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ג ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 4:20 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
ארום 6:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 6:45 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר משה הערש סופר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יחיאל שרגא שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת אסתר,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר טובי' שעהנפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר פנחס יעקב מיללער שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר משה אלי טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ ר' ירמי' שליט"א וחתן הגה"צ ר' יושע לייפער שליט"א - אב"ד באר משה פרעמישלאן מאנסי, אין די זאלן פון פרדס יואל, צוגעשטעלט דורך די זיידע הרה"צ ר' ירמי' שליט"א,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר טובי' שעהנפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109