🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת כי תשא =
ארום 9:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י' ע"א - י"ב ע"א.
ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף נזר התורה בהנהלת הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים, און ארומגערעדט בעניני יום טוב פורים הממשמש ובא,
דער רב האט גערעדט איבער די נייע חבורה 'קדושת יו"ט' וואו מ'וועט לערנען ספה"ק לקראת די ימים טובים, און געבעטן די בחורים זיך צו אנשליסן אינעם חבורה וואס דורכדעם וועט די צוגאנג צו א יום טוב אויסזעהן אינגאנצן אנדערש, דער רב האט געזאגט אז חברא חברא אית ליה און געבעטן אז מ'זאל עס איבערגעבן ווייטער פאר אלע בחורים תלמידי ישיבתינו הקדושות.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די וועג וויאזוי א חסיד'ישע בחור דארף זיך אויפפירן אום פורים, מיט אן איידלקייט און חס ושלום נישט מיט קיין הוללות,
באזונדער זאל מען זעהן צו לערנען כאטשיג א שעה יעדן טאג פון מיטוואך ביז זונטאג, עס טאר נישט אריבערגיין א טאג אן תורה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מ'האט געענדיגט ארום 6:45 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אברהם משה לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל יעקב פיש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף אהרן רובין הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
דערנאך אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אברהם משה לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ווייס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר יואל שטערן שליט"א, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר בעריש פריעד הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 117