🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א אדר תשפ״ה · Mar 11, 2025 · 2:56 AM
#993
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תשא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ד ע"ב - ט"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:35 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

נאך מנחה איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי וואו עס זענען אריין די גבאים פון אלע סניפי ישיבה קטנות פון די נייע חבורה 'קדושת יו"ט' וואס דער רב האט געגרינדעט, צו לערנען די ספרי רבותינו הקדושים איידער די ימים טובים, און דער רב האט משמיע געווען קורצע דברי הדרכה, דער רב האט אויסגעשמועסט די וויכטיגקייט פון די חבורה און געבעטן זיכער צו מאכן אריינצונעמען אלע בחורים אין די חבורה, און אנגעוואונטשן ס'זאל זיין מיט הצלחה,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע בער סאמעט הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =

ארום 8:30 האט דער רב פארלאזט מעונו אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום JFK לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן אום 11:00 אויפ'ן וועג קיין אנטווערפן,
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם AMS לופטפעלד אין האלאנד ארום 11:40 פארמיטאג ארטיגע זייגער, (6:40 ניו יארק'ע זייגער).

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 113