🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אב תשפ״ה · Aug 21, 2025 · 10:32 PM
#1962
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ראה =

ארום 8:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה,
ארום 9:45 איז דער רב אהיים לביתו,

אום 10:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:20.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף סג - סד,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

שפעטער איז דער רב אריבער צום תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברא"ש כהנא הי"ו און מוה"ר יודל פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון זכרון משה אין סאוט פאלסבורג.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים סעודה לגומרה של תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת קליין,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יודל ברילל הי"ו - וומסב"ג און מוה"ר עזריאל שווארץ הי"ו - מאנסי, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה,
און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 187