🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת שופטים - ב' דר"ח אלול =
ארום 9:00 אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א,
ארום 9:15 איז דער רב אנגעקומען אינעם מחנה, און אריין בחדר הפרטי.
אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהלים כנהוג בימי חודש אלול,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד ר"ח,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה ודברי הדרכה פאר די בחורים, און ארומגערעדט בדברי התעוררות כהכנה לימי הרחמים והסליחות,
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח דעם נדבן הביהמ"ד מוה"ר אברהם שלמה כהנא הי"ו וואס האט זיך געלאזט קאסטן א הון תועפות צו פינאנצירן די בוי ארבעט,
און ברגשי הלב געזאגט מיט התפעלות די גרויסע קורת רוח אז די תלמידי שיעור ג' האבן זיך פארהערט גאנץ מסכת קידושין,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון חזרה, און מחזק געווען די בחורים שילכו מחיל אל חיל, און געענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן,
מען האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין סוואן לעיק.
ארום 12:05 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה רב טוב וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידי כתה ט' פון וויליאמסבורג בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א און פון בארא פארק בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א,
ביים אנקומען האבן די בחורים געזינגען עטליכע ניגונים.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים און ארומגערעדט איבער די הייליגע טעג אין וואס מען געפונט זיך יעצט די ימי חודש אלול, און ארויסגעברענגט ווי שטארק מען וועט זיך צוריקבענקען צו די דערהויבענע שבתים וואס מען האט זיך אינאיינעם מחזק געווען בעבודת השם און דערהויבן געווארן אויף אן אויסטערלישן פארנעם, ווייל אזעלכע שבתים ווי דא אין קעמפ איז נישט דא אין ערגעץ,
און צוגעלייגט אז מען קוקט ארויס אויף די פארהער נאך קעמפ ווען די בחורים וועלן זיך פארהערן מסכת קידושין, און האפנטליך וועט מען קענען מחודדים בפיך, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים,
מ'האט געענדיגט ארום 12:50, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.
אום 2:00 נאכמיטאג האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וויליאמסבורג נאכן וויילן אינעם מחנה די פארגאנגענע אכט וואכן.
ארום 6:45 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - ק"י, עב"ג הכלה בת הר"ר אנשיל שעהר שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.
דערנאך איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת ווייזער היושבים על פטירת אמם ע"ה.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ב"פ וואו דער איז אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת פריעדמאן הי"ו היושבים על פטירת אמם האה"ח אשת הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס,
ביים אנקומען האט זיך דער רב משתתף געווען ביים חתונה פון החתן בן הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אנשיל שעהר שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
און דערנאך איז דער רב איז אהיים לביתו.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 206