🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ג׳ אלול תשפ״ה · Aug 27, 2025 · 1:51 PM
#1974
אום 8:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף היכל התורה וואס געפונט זיך אין לאקשעלדריק,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה להימים נוראים ימי הרחמים והסליחות הממשמשים ובאים, און ארויסגעברענגט וויאזוי מען דארף זיך גרייטן צו אזעלכע דערהויבענע טעג,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'זאל גוט אויסנוצן די לעצטע פאר טעג אין קעמפ, יעדן טאג וואס מען איז נאך דא קען מען דער אסאך אריינכאפן, ס'איז א ספעציעלע געלעגנהייט וואו מען קען שטייגן למעלה מן המשוער, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ליפא דרעזנער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יצחק הערש פרידריך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אהרן גאלדשטיין הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת קליין.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב בביהמ"ד הגדול,
דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון מוה"ר וואלף בער וויזענפעלד הי"ו אין שכונת חתם סופר בק"י המורחבת, וואו עס איז פארגעקומען א לחיים לרגל קישור החיתון פון החתן בן מוה"ר וואלף בער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו - מאנטריאל,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 164