ארום 10:00 אזייגער אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול אין ק"י. נאכן דאווענען איז דער רב אהיים לביתו.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי, וואו דער רב וועט פראווענען שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:20 איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו צום סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר דוד הי"ו און וועט אריינגיין קומענדיגן זונטאג ראה בביהמ"ד הגדול ק"י, דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים, מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני ביתו, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט'ן נדבן און מיט'ן גאנצן ציבור.
ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רב אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט פונעם בנין הישיבה וועלכע האלט אין די לעצטע בוי פאזעס כדי צוצוענדיגן דעם בנין כלול בהדרו.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים, מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים, און נאך, און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט ארומגערעדט בעניני תפילה און דברי הכנה צו די ימים הנוראים הממשמש ובא, מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב איז אהיים לביתו אין ק"י.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ק"י, ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ בוומ"ס און הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט., ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר הערשל זאבעל הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ליבערמאן הי"ו, אין די זאל פון כינור דוד, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון גני קליין, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר לוי יצחק געשטעטנער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גני קליין, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יושע פישער הי"ו און מוה"ר גדלי' אפפעל הי"ו, אין די זאלן פון עטרת פז וואו דער רב האט געליינט תנאים, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר בנציון לאנדא הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם גרין הי"ו און מוה"ר יואל מייזעלס הי"ו, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
שפעטער האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול ק"י, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.
🌴בצל מורינו🌴 = מאנטאג פרשת עקב - מיטוואך פרשת עקב =
ארום 8:30 אויפדערנאכט האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט צום צווייטן בחינה אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דקהילתינו הק', דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב'.
דינסטאג ארום 9:15 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפלת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
מיטוואך אום 8:10 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
אום 11:10 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר שמואל חיים בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר משה שאהנפעלד הי"ו - סטעטן איילענד, מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו וואו עס איז פארגעקומען א לחיים לרגל הנחת תפילין.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא, ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף נט - סב, מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.
אום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר מנחם יוסף פישער אין די זאלן פון שאפינג צענטער, ביים חתונה פון החתן אהרן ני"ו בן הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א - ר"מ במתיבתא, עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל פישער הי"ו, אין די זאל פון בית רחל פאראדייס, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת קליין, און ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יהושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס, און מוה"ר שמחה האלפערט הי"ו אין די זאל פון די קלאוו.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול, און דער רב איז אהיים לביתו.
אום 7:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב צוריק אהיים לביתו.
ארום 8:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שבת קודש וניגוני גלות וגאולה בהתעוררות רב פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע, און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם יום טוב פון חמשה עשר באב און וואס דאס קומט אונז ווייזן, באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז חמשה עשר באב איז שוין אן הכנה צו די הייליגע טעג, און אין די טעג וואונטשט מען שוין מ'זאל האבן א גמר חתימה טובה ווייל מען שטייט שוין ממש ביים שוועל, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני קודש, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה.
נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים האבן געזינגען, דערנאך זענען די בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
מוצאי שבת קודש ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה אין לאקשעלדריק וואו עס איז פארגעקומען א שמחת הפארשפיל לרגל החתונה בבית הרה"ג ר' יעקב אלימלך פאנעט שליט"א - ר"מ בישיבה, ביים אנקומען האט רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן און די בני המשפחה, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בשבח פונעם מגי"ש און געזאגט אז חוץ אלץ מגיד שיעור ביי אונז אין ישיבה איז מען אויך א קרוב און דעריבער איז דאך זיכער אז מען מוז קומען צו דעם שמחה ספעציעל אז ער וועט זיין מריחוק מקום און מ'וועט זיך נישט קענען משתתף זיין בגוף, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן א גוטע וואך, ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת ואתחנן - שבת נחמו - חמשה עשר באב =
ערש"ק ארום 7:20 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.
ארום 8:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, צום ערשט האט דער רב געמאכט עירובי חצירות, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת ומעריב, מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן ש"ב הב' שלום אליעזר ני"ו בן הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס.
דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די פיש, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שבת, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע, און ארומגערעדט איבער דעם יו"ט פון חמשה עשר באב און וואס דאס מיינט פאר אונז, דער רב ארויסגעברענגט אז חמשה עשר באב איז א צייט וואס מ'דארף זיך נעמען אין די הענט אריין און אויפשטיין פרי, אזויווי ס'שטייט 'מאן דמוסיף יוסיף', דערביי האט דער רב פארלאנגט פון אלע תלמידי הישיבה אז שבת צופרי זאל יעדער אן אויסנאם אויפשטיין פרי און קומען אין ביהמ"ד, די שפעטסטע וואס שייך זאל נישט זיין שפעטער פון ניין אזייגער אינדערפרי, און אפילו אויב מען איז נישט עוסק בתורה זאל מען זאגן תהלים וכדומה.
מ'האט געזינגען די זמירות שבת, כל מקדש און מנוחה ושמחה, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די זופ, דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלוקים אין עוד', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול, און דערביי ארומגערעדט פון האבן חיות דקדושה ביי א מצוה. מ'האט אויפגעגעבן די פלייש און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, דערנאך האט מען געבענטשט, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו, נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' הערשל מליסקא זצ"ל בעל אך פרי תבואה וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - י"ד אב, מ'האט געענדיגט ארום 1:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
שבת אינדערפרי ארום 10:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי - עשרת הדברות, נאכ'ן ליינען האט מען געדאווענט תפילת מוסף, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:05, און דער רב איז אהיים לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת יום שבת קודש אויף א פריוואטע פארנעם.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, און דערנאך איז דער רב איז אהיים לביתו.
שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי וואו דער רב האט געפראוועט דעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת ואתחנן - דאנערשטאג פרשת ואתחנן - קצירת חטים אין איידעהאו לקראת חג הפסח שנת תשפ"ו הבעל"ט =
דינסטאג אין די פארטאגס שעות האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט בנו הרה''ג ר' חיים הערש שליט''א אב''ד ראצפערט אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אום 7:05 אויפ'ן וועג קיין יוטא, פאר'ן זיך הייבן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית, די פליגער פונעם רב האט געלאנדענט אינעם סאלט לעיק סיטי לופטפעלד אין יוטא ארום 9:55 ארטיגע זייגער, 11:55 ניו יארק'ע זייגער, און פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין איידעהאו צו די ווייץ פעלד במקום שאין גשמים מצויין, א וועג פון ארום דריי שעה.
ביים אנקומען צום ווייץ פעלד האבן אפגעווארט הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס ויו"ר ועד הכשרות דקהילתינו הק', הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י ומו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, מוה"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' ק"י, און מוה"ר ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' וומ"ס, וועלכע זענען שוין ארויס אויפן פעלד אין די פארטאגס שעה'ן אנצוגרייטן צום ווייץ שניט, דער רב איז איבערגעגאנגען מיט די דיינים די פרטים און זיך געגרייט צום ווייץ שניט, דער רב אינאיינעם מיט די דיינים האבן זיכער געמאכט אז די ווייץ זענען מהודר בלי שום פקפוק וחשש פון מצומחות אדער מבוקעות, און דערנאך האט מען אנגעהויבן שניידן די ווייץ מיט די חומרות והידורים וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט.
דער רב איז ארויף אויפ'ן קאמביין מאשין, עס אנגעצינדן, און געזיצן אויפ'ן קאמביין מאשין א שטיק צייט, דערנאך זענען די דיינים וחברי הנהלה ארויף אויפ'ן קאמביין מאשין, ווען בשעת מעשה איז מען ארומגעפארן דעם גאנצן פעלד און געשניטן די ווייץ מיט'ן חומרא אז א איד זאל מיטפארן און זיין ביים גאנצן שניט, באזונדער האט דער רב בטירחא דגופא געשניטן א גרויסע סכום ווייץ קצירת יד וואס דאס וועט דינען פאר'ן באנוץ פאר די מצות מצוה פונעם רב אויף יו"ט פסח כנהוג, און ווי יאר יערליך וועט דער רב דרעשן און ווינטשאוולען די ווייץ בעבודת יד, דער רב איז געשטאנען על המשמר אויף אלע פרטים אינערהאלב דעם ווייץ שניט, ביים קלויבן די ווייץ, און ביים רייניגן די ווייץ, ביים פאקן די ווייץ, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף אלע דעטאלן זיכער צו מאכן אז ס'איז אויסגעהאלטן מיט אלע חומרות והידורים, דער רב האט זיך באדאנקט פאר די בעלי בתים און די שומרים פונעם פעלד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק, ארום 7:30 פארנאכטס האט דער פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי, און פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ביים אנקומען קיין קרית יואל איז דער רב צוגעפארן לביתו, ארום 10:30 אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים הערש ב"ר אלעזר גאלדבערגער הי"ו און מוה"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן שע"י ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ארום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.
🌴בצל מורינו🌴 מטעם קהילתינו הק' ווערט געמאלדן אז די חתונה הגדולה פון נכדת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב''ד ראצפערט וועט פארקומען אי"ה בשעה טובה ומוצלחת דעם קומענדיגן דינסטאג יתרו ט"ז שבט שנת תשפ''ו הבעל''ט במקהלות אלפי אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת ואתחנן 11:30 פארמיטאג אין איידעהאו, 1:30 נאכמיטאג אין ניו יארק =
היינט אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אויפ'ן וועג קיין איידעהאו וואו עס וועט פארקומען דעם "צווייטן ווייץ שניט" פאר די בתי האופה דקהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ"ו הבעל"ט.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען דעם ערשטן שניט וואו מען האט געשניטן א ריזיגן צאל ווייץ כדי צו קענען נאכקומען דעם מאסיוון פראדוקציע פון די בתי האופה דקהילתינו הק' אין ק"י און אין וומ"ס צוצושטעלן גענוג מצות נאך דעם פארמערטן פארלאנג פון אנשי שלומינו צו האבן די מהודר'דיגע מצות אויף יו"ט פסח תשפ"ו העעל"ט, אבער אזויווי דעם מספר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אביסל מצומצם און כדי צו פארזיכערן אז ס'איז דא גענוג מצות בריווח פאר'ן ברייטן ציבור, זענען די חברי הנהלת בית האופה אריין אל הקודש פנימה צו מרן רבינו שליט"א אנפרעגן דעת קדשו לדעת את המעשה אשר יעשון, און על פי פקודת הקודש האט מען זיך ארויסגעלאזט זוכן א ווייץ פעלד וואס האט נאך נישט גערעגנט דערויף זייט עס האט אנגעהויבן ווערן געצייטיגט, און ברוך השם אז עלתה בידם און מ'האט געטראפן דעם פאסיגן ווייץ פעלד מיט אלע חומרות והידורים כמדי שנה בשנה, און בהוראת קדשו פון רבינו שליט"א האבן זיך די הנהלת בית האופה נעכטן ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום ווייטן איידעהאו אויף א "צווייטע ווייץ שניט" אין שפיץ פונעם רב שליט"א וועלכע רבינו שליט"א האט ספעציעל ממנה געווען צו באגלייטן דעם גאנצן שניט מתחילה ועד סוף.
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט היינט אין די פריע פארטאגס שעה'ן אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו די פליגער פונעם רב האט זיך געהויבן ארום 7:05 אינדערפרי, די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אום 9:55 ארטיגע זייגער, 11:55 ניו יארק'ע זייגער, אינעם SLC לופטפעלד אין יוטא, און פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין איידעהאו א וועג פון איבער צוויי שעה, אין די קומענדיגע מינוטן וועט דער רב אנקומען צום ווייץ פעלד וואו עס ווארטן שוין אפ הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס ויו"ר ועד הכשרות דקהילתינו הק', הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י ומו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, מוה"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' ק"י, און מוה"ר ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' וומ"ס, וועלכע זענען שוין ארויס אויפן פעלד היינט פארטאגס אנצוגרייטן צום ווייץ שניט, תיכף ווען דער רב קומט אן וועט מען אנהייבן מיט'ן ווייץ שניט, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה צו קענען ברענגען כשר'ע מצות אויפ'ן מהודר'דיגסטן אופן פאר אנשי שלומינו כפי הוראת קדשו של מרן רבינו שליט"א.
אום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר ישראל מנחם ליכטנשטיין הי"ו, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, דער רב איז ארויפגעגאנגען לבתי נדיבים בעם צו שאפן די נויטיגע סכומים לטובת ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה.
אום 7:45 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר אברהם יעקב בביהמ"ד הגדול אין ק"י, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 9:55 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים, נאך מעריב האט דער רב געמאכט די ברכת בורא מאורי האש.
דערנאך האט דער רב געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד, איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, מען האט געענדיגט ארום 11:05, און דער רב איז אהיים לביתו.
= זונטאג ואתחנן - יום תשעה באב =
ארום 9:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר, און דערנאך געזאגט די ברכות ההפטורה און פארגעזאגט די הפטורה בבכיות רב.
נאכן ליינען האט דער רב געזאגט די קינות ליום תשעה באב, די קינות האט פארגעזאגט הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א.
נאך די קינות האט דער רב געזאגט אשרי ובא לציון און עלינו, מען האט געענדיגט אום 1:35, און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 7:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, דער רב האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד און געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום און קוה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר יואל בערגער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר, נאך מנחה האט דער רב געלייגט תפילין דרבינו תם, מען האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז אהיים לביתו.
ביים זמן רבינו תם ארום 9:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב.
ארום 10:00 האט דער רב געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה פארנט פון ביהמ"ד.
נאכ'ן סעודה איז פארגעקומען דעם מעמד 'שואל כענין ומשיב כהלכה' וועלכע האט זיך פארצויגן קרוב צו צוויי שעה, וואו די בחורים האבן געהאט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל תחומי החיים בעבודת השם, דער רב האט במתק לשונו געענטפערט דבר דבור על אופניו בטוב טעם ודעת ברענגענדיג א בהירות און א קלארקייט אין פילצאליגע נושאים בעבודת השם, צווישן די שאלות וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן שאלות בעניני מסורה, לימוד התורה, התקשרות לצדיקים, קדושת שבת, זמן תפילה, טבילה במקוה, ניגוני, מצות צדקה, קדושת העינים, דרך העבודה פאר א בחור, און נאך פיל, מען האט געענדיגט ארום 3:20 און דער רב איז אהיים לביתו.
= רעווא דרעווין =
ארום 6:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה, מ'האט געענדיגט ארום 7:10 און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 7:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו זמירות שלו"ס, דער רב האט טועם געווען חלה און געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים, דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני קדושה וצניעות, און דערביי מחזק געווען די תקנת הישיבה נישט צו גיין צו חתונות, און דער רב האט צוגעלייגט אז דער טאטע זז"ג האט שוין כמה פעמים גערעדט איבער גיין צו א ווארט אדער א תנאים, און מען דארף וויסן די הארבקייט דערפון, און וואס מקען נכשל ווערן, מ'זאל עס איבערגעבן פאר די אנדערע בחורים אין ישיבה אז זיי זאלן אויך זעהן צו שטיין דערויף בכל החומר, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלו"ס, דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט לענגערע ניגוני גלות וגאולה דערביי האט דער רב פארגעזינגען רחם מיט בכיות עצומות, און מען האט ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה אויפ'ן פסוק 'ה' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב' וואס די מדרש זאגט 'זה שאמר הכתוב ואני ברוב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך', דער רב האט ארומגערעדט פאר עטליכע מינוט בקול בכי וצפיה עצומה לביאת הגואל, שטארקע דברי חיזוק אז מיר וועלן אי"ה אויסגעלייזט ווערן בקרוב ממש, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל זוכה צו נחמו נחמו עמי, אז דער אויבערשטער אליין זאל אונז שוין מנחם זיין, און דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
דער רב האט געבענטשט על הכוס, מ'האט געענדיגט ארום 9:20, און דער רב איז אהיים לביתו.
דעם שבת קודש האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געפראוועט א שבת התאחדות אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה ומתיבתא סניף דברי יואל בהנהלת הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי.
ערש"ק ארום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.
ארום 8:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, נאך מנחה האט דער רב משמיע געווען קורצע דיבורים און ארומגערעדט איבער דעם גרויסן שבת 'שבת חזון' אין וואס מ'טרעט יעצט אריין, דער רב האט נאכגעזאגט די תפארת שלמה אויפ'ן פסוק 'רב לך שבת בהר הזה', 'רב לך שבת בעמק הבכא', אז דאס ווייזט אויף שבת קודש, און אזויווי דער בני יששכר זאגט אז ווי שוואכער די וואכנטעג זענען אלץ גרעסער איז דער שבת, און דערפאר איז שבת חזון פון די גרעסטע שבתים פון יאר, און דער רב האט אויסגעפירט אז דורך דעם שבת קומט מען צו צו ביאת המשיח, און מיר האפן טאקע אי"ה ארויסגיין פונעם שבת און אריינגיין אין א יום טוב.
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת ומעריב, מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 10:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש, דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה ק"י.
דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די פיש, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען פילע ניגוני שבת קודש און ניגוני גלות וגאולה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ה' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב' וואס דער מדרש זאגט 'זה שאמר הכתוב ואני ברוב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך', און ארויסגעברענגט אז יום טוב זאגט מען 'ואין אנחנו יכולים לעלות וליראות ולהשתחוות לפניך', אפי' בוקן קען מען זיך באמת יא אויך היינטיגע צייטן אבער ס'איז נישט מיט דעם פנימיות אזויווי אין ביהמ"ק, און אויף דעם דארפן מיר האפן אז מ'זאל צוקומען צו דינען דעם אויבערשטן מיט אן אמת און מיט פנימיות.
מען האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה און נאך ניגוני שבת, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ויהי בארבעים שנה בעשתי עשר חודש באחד לחודש דבר משה אל בני ישראל ככל אשר צוה אותו אליהם' און עס אויסגעטייטשט אויף צוויי מהלכים בדרך דרוש ופלפול.
מען האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל גרובער שליט"א - ר"מ בישיבה, נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק החוזה מ'לובלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן זונטאג - תשעה באב, מ'האט געענדיגט ארום 1:55, און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = זמנים לשבת קודש פרשת דברים - שבת חזון =
דעם שבת קודש וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פראווענען אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף דברי יואל בהנהלת הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי.
זמן הדלקה"נ: 8:02 שקיעה: 8:16 זמן מוצאי שבת: 9:28
תפילת מנחה ער"ש: 8:25, נאך מנחה וועט דער רב אויפטרעטן מיט קורצע דברי הכנה לקראת דעם געהויבענעם שבת, סעודת ליל שבת קודש: ארום 10 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
שחרית יום שבת קודש: 9:00, דער רב וועט אריינקומען צום סעודה ארום 15 מינוט נאכ'ן דאווענען, נאכ'ן סעודה וועט פארקומען דעם מעמד "שואל כענין ומשיב כהלכה" וואו די בחורים וועלן האבן דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל תחומי החיים בעבודת השם ובלימוד התורה.
מנחה שב"ק: 6:00, דער רב וועט אריינקומען צו די זמירות של"ס בהיכל הביהמ"ד ארום 7:45. "שבת קודש נפשי חולת אהבתך"
= תשעה באב = מעריב ליל תשעה באב ואמירת איכה: 9:50. שחרית יום תשעה באב: 9:30. מנחה: 8:30. מעריב: בזמן רבינו תם. "והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה"
אום 8:50 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, מ'האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי וואו דער רב וועט פראווענען דעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף דברי יואל בהנהלת הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א.