🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ אלול תשפ״ה · Aug 26, 2025 · 11:31 AM
#1971
= רעוא דרעוין =

ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען צו של"ס,
דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען פון די פיש, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען בהתעוררות רב דברי תורה ודברי הכנה להימים נוראים הממשמשים ובאים און ארויסגעברענגט אז עס איז א זמן תשובה ותיקון המעשים און יעצט איז די צייט צו מאכן א חשבון הנפש וואס מ'האט געטוהן במשך דעם גאנצן יאר, און זעהן אויף וואס דארף מען תשובה טוהן און וואס דארף מען זיך מקבל זיין פאר דעם קומענדיגן יאר צו זיך פארבעסערן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

נאך של"ס האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
דער רב האט געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
דערנאך האט מען געזאגט ויתן לך און די בחורים האבן געזינגען,
און מען איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 11:10, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 154