🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ג׳ אלול תשפ״ה · Aug 27, 2025 · 1:51 PM
#1973
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת שופטים - א' דר"ח אלול =

ארום 8:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה,
ארום 9:45 איז דער רב אהיים לביתו.

אום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:35.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף סה - סו,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית סקווירא החדש אין בעטהעל ניו יארק, וואו דער רב האט געדינט אלץ נואם הכבוד ביים היסטארישן מעמד חנוכת הקריה אינאיינעם מיט א סעודה לגומרה של תורה לרגל דעם מעמד הכנסת ספר תורה בהיכל ביהמ"ד תולדות יעקב יוסף סקווירא, בראשות דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

ארום 5:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד החדש תולדות יעקב יוסף סקווירא, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט דודו האדמו"ר מסקווירא שליט"א און די גאנצע אויבן אן,
דערנאך ארום 5:30 האט דער רב משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה לרגל המעמד,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דעם פתיחת הקריה איז נישט בלויז א שמחה פאר קהילת סקווירא, נאר א שמחה פאר די גאנצע וועלט, אז אידישקייט בויעט זיך,
און דערציילט ווי דער סקווירא רבי זצ"ל האט זיך געמוטשעט אויפצובויען שיכון סקווירא, און ווי שווער ס'איז געווען אז ער האט שוין געהאלטן ממש ביים אויפגעבן,
און דערביי האט דער רב ארומגערעדט פון די מעלות אנצורופן די גאסן מיט אידישע נעמען וואס האלטן אידיש דעם שטאט, און צוגעלייגט עס איז זיכער אז דעם שטאט וועט זיין א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן.
דער רב האט ארויסגעברענגט דעם חשיבות פונעם נדבן הספר תורה הרה"ח ר' שמואל אברהם ב"ר שלמה יו"ט ברייער הי"ו וואס חוץ פון וואס ער געבט אזוי סאך אין דעם קהילה, שטיצט ער אויך אין פרעמדע מקומות.

דער רב האט מוסיף געווען אז מען קען אריבערברענגן קדושה פון איין פלאץ צום צווייטן, אזויווי בעת וואס מען האט געבויעט דעם ערשטן אינגל קעמפ אין סאטמאר האט דער רבי ז"ל געזאגט אז עס האט קדושת ארץ ישראל, אבער נישט די חסרונות נאר די השפעות און גוטע זאכן,
און מיט דעם האט דער רב משלב געווען דעם דאפלטן שמחה, אזויווי עס איז באקאנט אז אמאל בשעת מען האט אריינגעברענגט א "נייע ספר תורה" האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרוקט "אלטע ספר תורה, ניי אפגעשריבן", און די זעלבע זאך איז דא ביים עפענען דעם נייעם קריה, א נייע קריה מיט'ן זעלבן קדושה ווי דעם אלטן שטאט,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים ובונים און פאר דעם פעטער די סקווירא רבי שליט"א.

דערנאך ארום 6:45 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה בית רחל וואו עס איז פארגעקומען א סעודה לגומרה של תורה לרגל דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם ארטיגן ביהמ"ד דורך מוה"ר יודא הירש הי"ו,
ביים אנקומען מען געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די נדבן און בני משפחה, און מ'האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.
👁 150