🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ט תשרי תשפ״ו · Oct 21, 2025 · 1:51 PM
#2129
= רעוא דרעוין =

ארום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שמחה פריעדמאן הי"ו - ראה"ק דק"ק וויען אויסטראליע.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן ענין פון חטא עץ הדעת, און אויפן מדרש 'שבת בראשית הכל יודיך והכל ישבחוך',
דער רב האט ארויסגעברענגט צוויי טעמים וויאזוי די גוף הגשמי קען דאנקן דעם אייבערשטן,
א', נאכן אפרעכטן אזא דערהויבענע חודש תשרי קען יעדע איד דאנקן,
ב', אין זוהר הק' ווערט געברענגט אז די אבות הקדושים קומען אראפ צו די הקפות, און פונקט ווי ביי א חתונה קומען די צדיקים אראפ און בלייבן ביז נאך שבת שבע ברכות, די זעלבע בלייבן זיי יעצט ביז נאך שבת בראשית וואס איז אזויווי די שבע ברכות פון שמחת תורה, און אזוי דאנקן די אידן צוזאמען מיט די צדיקים,
און דער רב האט מאריך געווען מיט התרגשות איבער די געהויבענע צווייטע טעג יו"ט בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל, און בתוך הדברים ארויסגעברענגט: ס'איז זיכער אז די רבי ז"ל און די זיידע ז"ל וואס זענען אוודאי געווען ביי די הקפות, האבן זיכער געהאט א מורא'דיגע הנאה וקורת רוח פון די הקפות,
איך געדענק ווי די זיידע ז"ל פלעגט זיך זייער שטארק אפרעדן אז מענטשן טאנצן די הקפות מיט שטריימלעך און די טלית אויף די פלייצע, ער פלעגט זייער נישט ליב האבן אז מען טאנצט אויף א בעל הבית'ישע וועג,
און דאס װאס איז היינט געווארן אז מען זעט טויזנטער אידן שטייען ווי חסיד'ישע אידן מיט די טלית אויפ'ן קאפ און מען שפרינגט מיט א דביקות און מיט אן אמת, דאס איז א הערליכע מחזה װאס זיי האבן זיכער געשעפט דערפון א געוואלדיגע נחת רוח, עס האט באקומען א נייע צורה, זיי האבן זיך זיכער משתעשע געווען דערמיט.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבערן חטא עץ הדעת,
דער רב האט געזאגט אז סדא צוויי וועגן זיך צו שטארקן פון א נסיון,
א', סשטייט אז ווען מען הערט לשון הרע זאל מען אריינשטופן די הענט אין אויער, דאס מיינט אז די הענט קענען היטן פון א עבירה,
ב', דורכן לערנען תורה ווערט מען געהיטן פון אלע עבירות,
און די צוויי זאכן האט אדם הראשון נישט געטוען, און פארדעם איז ער נכשל געווארן.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בדברי מוסר בלימוד התורה,
דער טאטע זז"ג טייטשט בראשית 'בשביל התורה שנקרא ראשית', נאך די הייליגע טעג הייבט מען אן לערנען תורה דארף עס זיין ראשית - אנהייב, דאס מיינט מדארף זיך מקבל זיין צו לערנען אנהייב טאג - פארן דאווענען,
און דער רב האט אויפגעפאדערט יעדער זאל זיך אנשליסן אין איינס פון די צוויי חבורות, 'יסודי התורה', און 'תורתך שעשועי' דקהלתינו הק', און דורכן לערנען תורה וועט מען ניצול ווערן פון די הענט פונעם יצר הרע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר מענדל בער פאוועל הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 132