🌴בצל מורינו🌴
"רבבות רבבה ירננו בקול - ובכן צדיקים יראו ושמחו וישרים יעלוזו"
מטעם די ועד החתונה שע"י הנהלת קהילתינו הק' ווערט געמאלדן אז שטייענדיג בלויז קארגע 6 וואכן אפגערוקט פונעם היסטארישן חתונה הגדולה איז באשטעטיגט געווארן דעם "מקום החתונה" פונעם עלסטן אור אייניקל פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און עלסטע אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך א לענגערע צייט איבערגיין אלע אפציעס און דן זיין בכובד ראש איבער אלע מעגליכקייטן כדי צו קענען אקאמאדירן דעם אסטראנאמישן ערווארטעטן ציבור, איז אצינד באשטימט געווארן אז די חתונה וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת וישלח הבעל"ט אין א מקום רחבת ידים אין צענטער פון וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז פלאזא" אינעם נעווי יארד וועלכע איז ספעציעל גוט אויסגעשטעלט צו קענען ארייננעמען אזא פילקעפיגן ציבור און פארמאגט אלע צוגעהערן.
אין די יעצטיגע טעג לייגן די עסקני ועד החתונה אריין איבערמידליכע כוחות אהערצושטעלן דעם שטח לכבוד ולתפארת פאר דעם היסטארישן חתונה,
דער גיגאנטישער זאל וועט בעז"ה ווערן ספעציעל אויסגעשטעלט מיט די מאקסימאלסטע פלעצער צו קענען אקאמאדירן די צענדליגער טויזנטער אנ"ש פון לענגאויס אמעריקע און די הונדערטער געסט מעבר לים.
אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטיגע פלענער לקראת די שבעת ימי המשתה, וואס דאס רעכנט אריין אין זיך טראנספארטאציע פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, אש"ל מלא פאר די טויזענטער געסט תלמידי וחסידי סאטמאר מכל קצוי תבל במשך פון די דריי טעג יו"ט ושבת של שמחה, ועוד ועוד,
די עסקנים ארבעטן אויף אלע פראנטן זיכער צו מאכן אז אלעס איז מסודר כראוי וכיאות על צד היותר טוב, די פרטים וועלן נתפרסם ווערן בקרוב.
= צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה, שתולים בבית ה' בחצרות אלוקינו יפריחו, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו =
~🌴~

👁 168