🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ב׳ חשוון תשפ״ו · Oct 24, 2025 · 9:23 AM
#2133
🌴בצל מורינו🌴

= מיטוואך פרשת נח - אדר"ח חשון =

אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י,
דער רב איז אנגעקומען ארום 9:20 לביתו אין ק"י.

אום 10:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ספינקא אין קרית יואל המורחבת וואו עס איז פארגעקומען די 'יום לחתנים' פאר די הונדערטער חתנים דקהלתינו הק' וועלכע האבן חתונה דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט,
ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.

נאך א הפסקה ארום 12:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה פאר די חתנים,
דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי הדרכה פאר די חתנים וויאזוי זיך צו גרייטן צום יום החופה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דער רב האט געענדיגט ארום 1:30, און פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט מנחה און מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין ק"י המורחבת.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבה גדולה סניף קדושת יואל עב"ג הכלה בת הר"ר שמעון רובין שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק, וואו דער רב האט זיך משתתף געווען ביים חתונה פון הכלה בת מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'מאשלאוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש עב"ג החתן בן הרב בערל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד איהעל מאנסי שליט"א חתן האדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת גאלדא,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן אויבנאן.

דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וומ"ס וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מאיר נפתלי חיים פערל הי"ו עב"ג הכלה בת עוזיאל צבי ווייס הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 156