🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ב׳ חשוון תשפ״ו · Oct 24, 2025 · 9:22 AM
#2132
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת נח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ו ע"א - ע"ו ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.

אום 3:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז צום ערשט ארום אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט וואס איז פארגעקומען במשך די ימי בין הזמנים וואו מען האט ממשיך געווען צוצוענדיגן דעם בנין בכל פרטיה ודקדוקיה כליל בהדרו,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט אויפגענומען די נייע תלמידים לקראת התחלת זמן החורף שנת תשפ"ו, דער רב האט גערעדט מיט יעדע תלמיד פריוואט פאר א לענגערע צייט און אויסגעשמועסט די סדר הלימוד צום נייעם יאר און אלע פרטים ובפרט איבער די סדר פון פארטאגס וואס דער רב וועט דינען אלץ מנהל,
מען האט געענדיגט ארום 4:10 און דער רב איז אהיים לביתו.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דברי חיים ק"י, און הר"ר יואל שטערן שליט"א - מנהל במוסדותינו הק', אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים סיום חצי ש"ס במסגרת חבורת יסודי התורה פון הר"ר יעקב צבי פריעדמאן שליט"א אין די זאלן פון אולם פרענקל.

ארום 9:15 אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו אינאיינעם מיט די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אין וויליאמסבורג ווי מען האט דן געווען דברים העומדים על הפרק,
דער רב האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר א לענגערע צייט, און אוועקגעשטעלט תקנות און אויפגעפאדערט שטארקע גדרים וסייגים צווישן די געשעפטן.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 138