🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ו חשוון תשפ״ו · Nov 6, 2025 · 6:24 PM
#2198
🌴בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פון הכלה בת משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק', נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט אין קרית יואל.
~🌴~
👁 197
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2196
און דער רב האט ווייטער אויסגעטייטשט די פסוק 'אמרי נא אחותי את ולמען יטב לי באבורך וחותה נפשי בגללך', 'גלל' איז א לשון פון מגולה, ווייל סאיז פעמים מגולה, אברהם אבינו האט בארואיגן שרה אז אפילו מוועט געוואר ווערן אז ביסט נישט מיין שוועסטער וועט אויך זיין גוט.

דער רב האט ממשיך געווען וואס די גמרא זאגט אז גלל מיינט שן ווייל סאיז פעמים מגולה און דאס ווייזט אויפן ענין פון אכילה, און נאכגעזאגט פון דער רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל אז מיט'ן עסן קען מען מכניע זיין אלע שונאים, און דער ייטב לב איז מסביר אז דאס האט פרעה געזאגט 'הנה עם ישראל רב ועצום ממנו' הנה, שטייט אין מדרש איז א לשון שמחה, וויבאלד זיי זענען בשמחה זענען זיי שטערקער פון אונז, זאגט די ייטב לב אז ווען א מענטש עסט צו טוהן די רצון השם ווערט ער בשמחה, מיטן עסן קען מען מכניע זיין אלע שונאים, און דאס זאגט די פסוק אמרי נא אחותי את ולמען יטב לי באבורך וחותה נפשי בגללך' וואס דאס מיינט מיטן צאן - מיט אכילה,
און מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין', שם האט נישט געקענט ארויסגיין אין מלחמה ווייל 'והוא כהן לקל עליון', וועגן דעם 'הוציא לחם ויין', צו ווייזן פאר אברהם אבינו אז מיט אכילה האט ער ארויסגעהאלפן און מכניע געווען אלע שונאים.

און דער רב האט ממשיך געווען בדברי מוסר אויף לימוד התורה בקביעות עתים לתורה, מזאל זעהן צו האבן א שיעור קבוע יעדן טאג און בפרט פארן דאווענען וואס דאס באגלייט דעם מענטש א גאנצן טאג,
און מיט דעם האט דער רב געטייטשט די מסורה, 'הרומותי ידי לה' ידי מיינט ידים לתורה לערנען תורה, און אז מען טוט ביידע צוזאמען, לערנען פארן דאווענען דעמאלסט 'הרומותי בחור מעם' נעמט אונז די באשעפער פאר א פאלק, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד.

נאך תפילת מעריב איז דער רב ארויס פארנט פון ביהמ"ד און געמאכט קידוש לבנה ברוב עם, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך און גוטן חודש.

דערנאך איז דער רב אריין אין עזרת נשים וואו דער רב האט געמאכט הבדלה פאר די צענדליגע געסט.

ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל נפתלי וויזנער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית המחותן ר' יעקב שלום.

ארום 11:45 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וומ"ס צום שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' שלום אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א חתן האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א,
דער רב האט זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און מיט די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און פאר די געהויבענע זיידעס שליט"א.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 204
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2195
= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה שחרית; הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס,

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
כהן: החתן ב"ר יואל זארגער ני"ו,
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שלשי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
רביעי: החתן בן מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו - באווארפן,
חמשי: הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א,
שישי: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
אחרון: בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א,
דער רב איז ארויף אויפ'ן בימה און געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם, ויקרא שמה בישראל "חי' פעסיל" נאך די באבעס הרבנית הצדיקת אשת חבר פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובתה הרבנית אשת חבר פון להבחל"ח הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
מפטיר: הרה"ח ר' משה חיים נתנאל טורנהיים הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א,
נאך מוסף איז דער רב אריבער אויף מערב זייט פונעם היכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבה לרגל שמחת הולדת הבת אצל בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א, אזוי אויך די קידושא רבה לרגל די באווארפן פון החתן בן מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו,
דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און אנגעוואונטשן פאר בנו הרב יואל שליט"א, און פאר חותנו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
פאר א לענגערע צייט האבן זיך געצויגן א לענגערע שורה פון הונדערטער אנשי שלומינו פון אלע עקן שטאט װעלכע זענען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע בעלי שמחה,
מ'האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפן וועג אהיים לביתו חותנו.

= רעוא דרעוין - בביהמ"ד 18'טע עוו. דקהילתינו הק' =

ארום 6:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

עס זענען געווען פארזאמלט א ריזן ציבור אנ"ש זקנים עם נערים פון נאנט און ווייט װעלכע זענען געקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין באש להבה בראשות דעם רב שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א - מנהל התאחדות אברכים דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון אברהם אבינו אז אפי' ער האט געוואוינט צוזאמען מיט שרה האט ער אבער נישט געוואוסט איר אויסקוק,
דער רב האט ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און ארויסגעברענגט אז אפילו בארא פארק איז גאר נאנט צו וויליאמסבורג האט מען קיינמאל נישט באמת געוואוסט און פארשטאנען וויאזוי עס בליעט דא יעדע ווינקל אין שטאט און אפילו מען הערט אלץ גוטע גריסן פון דעם ביהמ"ד אבער יעצט זעהט מען עס בחוש.

דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט די מסורה, הרימותי ידי אל ה', הרימותי קולי ואקרא, הרימותי בחור מעם,
דער רב האט דערציילט א מעשה וואס איז געווען מיטן מנחת אלעזר זצ"ל ווען ער איז אמאל געווען אין שפיטאל אז ער האט געשריגן ביים דאווענען, און די דאקטוירים האבן אים אפגעהאלטן ווייל ער שטערט די ארומיגע, האט דער מנחת אלעזר געפרעגט "פארוואס מעג דער שכן שרייען?" האבן די דאקטוירים מסביר געווען אז יענער שרייט פון יסורים, האט דער מנחת אלעזר געענטפערט אז ער שרייט אויך פון יסורים, האט דער רב אויסגעטייטשט מיט דעם די פסוק 'אל נא תהי מריבה ביני וביניך', אז א מענטש זאגט 'אל נא' איך קען נישט שרייען ביים דאווענען, זאגט די תורה 'תהי מריבה ביני וביניך' לאמיר זעהן ווען עס גייט נישט גוט מיט די חברים וויאזוי דו וועסט שרייען, און לויט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די מסורה אויף איין מהלך.
👁 147
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2194
ב', דער רב האט מאריך געווען אינעם חילוק פון לא און לו און געבויעט אויף ספרים הקדושים אז לו מיינט די עתיד, און געטייטשט ויחשבה לו צדקה אז דער באשעפער האט שוין יעצט גערעכנט די צדקה וואס אברהם אבינו גייט געבן בעתיד,
ג', אברהם אבינו איז געווען אזוי גרויס אז ער האט געגעבן צדקה אפילו ער האט געהאט אמונה אינעם אויבערשטן און ער האט געגלייבט אז די באשעפער פארלאזט נישט די מענטשן, ער האט נישט געדארפט צוקומען צום מדת אפיקורסות צו געבן צדקה,
ד', אברהם אבינו איז געשטיגן יעדן טאג און דערפאר איז זיין נשמה געווען א גאסט ביי אים, איז גערעכנט געווארן אלץ א צדקה אפילו דאס וואס ער האט געגעבן צו עסן פאר זיין גוף.

דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די חסדי ה' אז אין די יעצטיגע סדרות דערמאנט מען זיך כסדר צוריק צו די ימים טובים וימים נוראים,
צווישן אנדערע דערמאנט מען ראש השנה אין פרשת נח ווען מ'זאגט די פסוקים פון זכרונות, און אין פרשת וירא ווען מ'ליינט ביידע קריאות פון ר"ה,
יום הקדוש די עקידה וואס איז לויט די מדרש געווען יום כיפור,
סוכות ווייל מ'האט נאר זוכה געווען דערצו בזכות והשענו תחת העץ,
פסח אברהם אבינו האט געגעבן פאר די מלאכים מצות, לושי ועשו עגות,
שבועות וויבאלד די מלאכים האבן נישט געקענט מקבל זיין די תורה ווייל זיי האבן געגעסן מילכיג מיט פליישיג, און נאך פיל,
און ארויסגעברענגט אז עס איז א חסד ה' אז מ'קען זיך דורכדעם מחזק זיין אינעם לאנגן ווינטער,
דערמיט האט דער רב אויסגעטייטשט די משנה אשה בוררת חטים לאור שמחת בית השואבה אז מ'האט עס געטון נאך וואס עס איז אריבערגעגאנגען די געלעגנהייט כדי זיך מחזק צו זיין אז אט אט קומט שוין פסח און מ'דארף שוין מעל פאר די מצות.

דערנאך דער רב האט אנגעהויבן דעם ניגון והיא שעמדה אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור באש להבת שלהבת,
מען האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור,
קה אכסוף: הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב דערציילט סיפורים ועובדות פון זקינו הרה"ק ר' משה שינאווער זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג וירא י"ב חשון,
דער רב האט אנגעהויבן ויהיו רחמיך,
אלקא די ליה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק'.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען דעם בעל שמחה בנו הרב יואל שליט"א,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דער רב האט דערציילט די מעשה פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע אז אברהם אבינו האט זיך באוויזן צו אים, און ממשיך געווען מיט סיפורים איבער די רבי'סטעווע פונעם חוזה בשעת דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע האט נאך געלעבט,
דער רב האט טועם געווען פון די פירות און פארטיילט פאר די פרישע חתנים און מען האט פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור.

אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק',
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית חותנו אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל עניני ותחומי החיים.
👁 137
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2193
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת לך - שבת התאחדות בקרב קהלתינו הק' בעיר בארא פארק - לרגל שמחת הקידושא רבה לבת הנולדה אצל בנו הרב יואל שליט"א =

א גאר דערהויבענעם שבת איז אריבער בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין שטאט בארא פארק וואו פון נאנט און ווייט זענען די תושבי העיר געשטראמט אין די מאסן צו קומען מיטהאלטן פון די לעכטיגער מעמדים דורכויס שבת,
במשך שבת האבן זיך באטייליגט אלע רבני ודייני קהילתינו הק' און נאך רבני העיר, און אזוי אויך זענען אנוועזענד געווען ביי אלע מעמדים די פילצאליגע נכדי מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע וואוינען אין שטאט און זענען געקומען זיך מסתופף זיין ביים רב שליט"א.
פאלגענד זענען א טייל פון די רבנים וועלכע האבן זיך באטייליגט במשך שבת,
הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד הגדול,
הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד אכצן עוו. דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - ראה"כ, ודומ"ץ ביהמ"ד 36'סטע סטריט,
הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב וראש ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדותינו הק',
הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א - ראש הכולל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים,
הרה"ג ר' יואל ברש"א טייטלבוים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה דמוסדותינו הק',
הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,
הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א, און נאך פיל.

= ליל שבת קודש =

ערש"ק ארום 6:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א האט מכבד געווען חתנו דער רב שליט"א יורד צו זיין לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דער רב איז צוגעגאנגען און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, און דערנאך זיך באדאנקט פאר חותנו הגדול,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט,
מ'האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית חותנו.

= התוועדות ליל שבת קודש - בביהמ"ד דברי יואל =

דער היכל הביהמ"ד איז געווען אויסגערישט מיט די מערסטע צאל זיץ און שטיי פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו, במשך דעם באטע זענען די זיץ פלעצער געווען פול און די בחורים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם היכל הביהמ"ד, אזוי אויך זענען געווען אנוועזענד פילע רבני וזקני העדה.

ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.

דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט די מעשה פון רבי ר' הערש מרימנוב אז ער האט געזאגט תורה אנגעהויבן פון בריאת העולם און דערביי געזאגט די שירה פסוק בפסוק און דערנאך צוגעקומען אז אין די תורה שטייט 'אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך', און דער רבי ר' הערש האט געטייטשט אז א מענטש זאגט פאר די תורה אז איך בין דיין שוועסטער, און ס'וועט זיין גוט דורך מעביר סדרה זיין, און מ'וועט האבן חיות בזכות פון גלילה, דער רב האט נאכגעזאגט וויאזוי ר' יענקעלע מפשעווארסק האט עס מסביר געווען און דער רב האט עס אויסגעטייטשט אויף א פרישן אופן.

דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'והאמין בה' ויחשבה לו צדקה' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים,
א', דער רב האט ארומגערעדט פון דעם וואס ערליכער אידן האבן שטענדיג מקפיד געווען אז די געלט וואס מען האט זאל נאר קומען פון כשר'ע פלעצער, ווייל עס גייט אריין א כח אין די געלט פון דער וואס געבט עס,וועגן דעם האט אברהם אבינו געטראכט בשעת'ן געבן צדקה פון אמונה כדי עס זאל משפיע זיין אויף די מענטשן וואס באקומען עס,
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 10:08 AM
#2187
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבה גדולה סניף קדושת יואל עב"ג הכלה בת הר"ר שמעון רובין שליט"א פארגאנגענעם מיטוואך פרשת נח אין די זאל פון גינת אסתר אין וומ"ס.
~🌴~
👁 209
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 8:54 AM
#2183
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי שלו"ס אין ביהמ"ד דקהילתינו הק' אכצן'טע עוו. נאכן פראווענען א דערהויבענע שבת בקרב קהלתינו הק' אין בארא פארק.
~🌴~
👁 160
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א חשוון תשפ״ו · Nov 2, 2025 · 10:01 AM
#2182
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת לך =

ארום 8:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א
אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען אין בהיכל הביהמ"ד צו תפלת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:15 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 3:00 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס זענען געווען פארזאמלט די אריבער 200 תלמידים פון ביידע סניפי הישיבה, סניף דרך התורה און סניף שביל התורה,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן,
דער רב האט ארומגערעדט צום ערשט דברי תורה פרשת השבוע, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי מוסר והתחזקות, בעניני לימוד התורה, תפלה, אחדות, ועוד,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט און חשיבות פון תפילת שחרית נאך וואס מען מאכט א הכנה מיט לימוד התורה פארן דאווענען און אויפגעפאדערט פון יעדן בחור צו האבן א שיעור קבוע פארן דאווענען אפילו אין די טעג וואס מאיז נישט אין ישיבה,
דער רב האט ארויסגעברענגט די מעלות פון די בחורים אז מען שלאפט אין ישיבה און עס קומט אויס אז מען איז די גאנצע טאג אין ישיבה און מען דארף זיך נישט דרייען אויף די טרפהנע גאס, און אזוי אויך איז דאס א געלעגנהייט פאר די בחורים זיך צו פירן מיט מדות טובות און פארמערן אהבה ואחוה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און וואונטשן מז"ט לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולדה אצל בנו הרב יואל שליט"א,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 4:15.

דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב ביים זמן ר"ת בביהמ"ד הגדול ק"י.

אום 7:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביים קבלת פנים ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו - חבר הנהלת ישיבה קטנה סניף דרך התורה, עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מרדכי איתמר הירש הי"ו און מוה"ר וד רויזנבוים הי"ו אין די זאלן פון כתר צבי.

= פרייטאג פרשת לך =

אום 8:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
ארום 8:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפלת שחרית.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 162
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א חשוון תשפ״ו · Nov 2, 2025 · 9:08 AM
#2179
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו לב אהרן וומ"ס עב"ג החתן בן הרה״ג שלום אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א נעכטן מוצ"ש בבית מדרשינו לב אהרן אין וומ"ס
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · י׳ חשוון תשפ״ו · Nov 1, 2025 · 8:49 PM
#2175
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת לך =

ארום 6:25 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבנין ישיבה לצעירים צום סדר בוקר וואו דער רב דינט אלס מנהל, דער רב האט עוסק געווען בלימודו.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען זענען די בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולדה אצל בנו הרב יואל שליט"א.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

אום 10:30 איז דער רב אנגעקומען קיין קרית יואל צום שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
הב' אלימלך בהרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד רב טוב אין ק"י,
אום 11:10 האט דער רב פארלאזט דעם בר מצוה אויפן וועג אהיים לביתו אין ק"י.
~🌴~
👁 151
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · י׳ חשוון תשפ״ו · Nov 1, 2025 · 8:49 PM
#2174
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת לך =

ארום 6:25 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבנין ישיבה לצעירים צום סדר בוקר וואו דער רב דינט אלס מנהל, דער רב האט עוסק געווען בלימודו.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית מיט די תלמידי הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.
~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · י׳ חשוון תשפ״ו · Nov 1, 2025 · 8:49 PM
#2173
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת לך =

ארום 6:25 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבנין ישיבה לצעירים צום סדר בוקר וואו דער רב דינט אלס מנהל, דער רב האט עוסק געווען בלימודו.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית מיט די תלמידי הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת שניצלער היושב ע"פ אביו ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אשר גאנץ הי"ו היושב על פטירת אביו ע"ה.
~🌴~
👁 141
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · י׳ חשוון תשפ״ו · Nov 1, 2025 · 8:49 PM
#2172
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת לך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.

אום 6:20 איז דער רב אנגעקומען צום היסטארישן כינוס הלומדים ומעמד סיום חצי הש"ס במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע איז פארגעקומען אינעם קאלהארי סענטער אין פענסעלוועניע במעמד אלפי אנשי שלומינו, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - מייסד החבורה,
דער רב האט פארלאזט דעם זאל נאכן מעמד אום 8:45 אויפן וועג אהיים קיין וומ"ס.

ביים אנקומען האט זיך דער רב משתתף געווען ביים חתונה פון די מחותנים הר"ר יצחק טובי' מייזליש שליט"א און הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר,
דערביי איז געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און דער רב האט זיך ווארעם באגריסט,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן דעם חתן און מחותנים און זיידעס,
און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן מחותנים און זיידעס, און מיט האדמו"ר מבאבוב שליט"א.

דערנאך אום 11:00 האט דער רב געדאווענט מעריב בבית מדרשינו בנין בראך.
~🌴~
👁 126
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · י׳ חשוון תשפ״ו · Nov 1, 2025 · 8:48 PM
#2171
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת נח =

ערש"ק ארום 6:35 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר משה שווארץ הי"ו - לאנדאן,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בפרשת השבוע.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: מוה"ר יואל ניישטאדט הי"ו,
ויהיו רחמיך: מוה"ר פישל כ"ץ הי"ו.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל במוסדותינו הק' בב"פ.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עטליכע סיפורים פון צדיקים בעניני פרשת השבוע.

אז ביום השביעי: מוה"ר חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו - ק"י,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 6:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלו"ס תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן מסורה 'אי החל להיות גבור ציד על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה', על כן יאמר בספר מלחמות ה', לציון יאמר איש ואישה יולד בה', און געטייטשט עטליכע קשיות ודיקדוקים,
דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר והכנסה צום נייעם זמן און ארויסגעברענגט אז א מענטש דארף נישט נאר לערנען וואס איז נוגע למעשה, נאר אויך סתם לערנען ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן לערנען, און דאס ביסל לערנען באגלייט דעם מענטש די גאנצע טאג, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר חיים גלאנץ הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

מוצש"ק האט זיך דער רב באטייליגט ביים מעמד סיום מסכת קידושין דורך די יוצאי תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומ"ס, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אין די זאל פון גינת אסתר,
דער רב האט משמיע געווען דעם דבר המוסדות און ארומגערעדט די שיינקייט פון אזא מעמד וואס נאך יגיע פון א גאנצע יאר איז ברנה יקצורו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
~🌴~
👁 134
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ח׳ חשוון תשפ״ו · Oct 30, 2025 · 11:23 AM
#2164
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת לך =

מטעם קהלתינו הק' אין בארא פארק ווערט געמאלדן אז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט וויילן בקרב קהלתינו הק' אויף דעם שבת פרשת לך לרגל השמחה השרוי במעונו - שמחת הקידושא רבה לבת הנולדה אצל בנו הרב יואל שליט"א - מרבני כוללינו כולל דברי יואל ב"פ.

= סדר השבת =

דער רב וועט אפרעכטן דעם שבת התעלות אין די בתי מדרשים דקהילתינו הק' איבער דעם שטאט.

מנחה וקבלת שבת וועט דער רב דאווענען בבית מדרשינו הגדול.

פרייטאג צונאכטס וועט דער רב פראווענען די התוועדות ליל שבת קודש בביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק',
די היכל הביהמ"ד וועט ספעציעל אויסגעשטעלט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו.

שבת אינדערפרי וועט דער רב דאווענען תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הקידושא רבה בהיכל הביהמ"ד בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו ותושבי העיר.

מנחה ושלש סעודות וועט דער רב פראווענען אויף א דערהויבענע פארנעם בביהמ"ד דקהילתינו הק' 18'טע עוו אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים,
דער רב וועט משמיע זיין דברים חוצבים להבות אש בחובת השעה.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

"לקראת שבת לכו ונלכה"
~🌴~
👁 160