🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2946
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בהר - בחוקותי =

אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף נ"ה ע"ב - נ"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:20,
און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן רבינו תם תפילת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנציון שטראססער הי"ו און מוה"ר דוד פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יוסף אהרן ראזענבערג הי"ו און מוה"ר אלכסנדר ראזענפעלד הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא,
און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם בער שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

אום 10:30 איז דער רב אנגעקומען אין די עידן פעלעס זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם 'רעיתי אווענט' פאר די הונדערטער תלמידות הבית רחל וואס האבן געלערנט אין סקול במשך די לעצטע יארן פון צוועלפטע קלאס ביז זיבן יאר ארויס פון סקול, אזוי אויך זענען געווען פארזאמעלט אלע סקול איינגעשטעלטע פון אלע אפטיילונגען,
דער רב האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה בעניני צניעות ומסורה ובדברים העומדים על הפרק הצריכים חיזוק, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די קאפ צודעק ביי די נשים וכל המסתעף און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך נישט שעמען ווען מען גייט מיר אויסגעהאלטן נאר פונקט פארקערט מ'דארף וויסן אז מ'טוט די ריכטיגע זאך,
דער רב האט שארף אראפגעריסן די פילע מאדעס המחדשים למיניהם וואס שלעפט אריין די יונגע דור אין נייע זאכן אשר לא שערום אבותיכם און מאכט אן חורבנות אין אידישקייט, און איבערגעגאנגען די תקנות המוסדות און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם זאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 104
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2945

= רעוא דרעוין =

ארום 8:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר שמעון פריעד הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו - ק"י,
לוי: מוה"ר נפתלי הערש פריעדמאן הי"ו,
שלישי: מוה"ר משה דוד גוטמאן הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שיר המעלות: הר"ר שמעי' מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דער רב האט אויסגעטייטשט דעם פסוק 'אמור אל הכהנים בני אהרן לנפש לא יטמא בעמיו' וואס רש"י זאגט 'להזהיר גדולים על הקטנים' און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון דאווענען מיט כוונה, דערביי האט דער רב צוגעברענגט דעם נועם מגדים וואס זאגט אז תפילת שחרית איז ווי א ארי אבער אויב דאווענט מען אן כוונה איז עס ווי א כלב, און אויף דעם איז די עצה אז מען זאל דאווענען בציבור אזוי איז דער באשעפער אזויווי א גדול עומד על גביו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הר"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער שליט"א,
קל מסתתר: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א,
און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 98
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2944
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת אמור =

ערש"ק ארום 8:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר שלמה פארגעס הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 8:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 12:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א,
דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי הפרשה און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: בן גיסו הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א - ק"י,

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בן גיסו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - ק"י.

נאכ'ן בענטשן האט דער רב פארציילט עובדות וספירים פון הרה"ק רבי משה ראזוואדובער זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן י' סיון.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף ראזמאן הי"ו,
דער רב האט פארגעזינגען אודה לקל,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים.

אז ביום השביעי: הר"ר שמעי' מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
שחרית: מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: בעל שמחה הר"ר חיים יושע בראך שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו,
לוי: מוה"ר ישראל אברהם קרויס הי"ו,
שלשי: החתן ב"ר חיים יושע בראך הי"ו,
רביעי: הב' ב"ר יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' פתחי' בראך הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: מוה"ר יצחק מיטטעלמאן הי"ו,
אחרון: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
הגבה: מוה"ר גרשון מאיר בלומענפעלד הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' מענדל הירש הי"ו,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 2:48 PM
#2934
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבה 'לגיון של מלך' פאר אלע אברכים צעירים תושבי וומ''ס לטובת מוסדות יטב לב, פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג במדבר אויפדערנאכט אין די זאלן פון קאנטינענטאל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 136
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 2:34 PM
#2933
🌴בצל מורינו🌴
פייערדיגע דרשת חיזוק והתעוררות בעניני צניעות פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'רעיתי אווענט' פאר די הונדערטער נשים צדקנית פון די תלמידות הבית רחל פארגאנגענעם מיטוואך פרשת אמור אין די זאלן פון עידן פעלעס אין וויליאמסבורג.
~🌴~
🎧
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אצל רעיתי אווענט א' בה"בהערט אויף טעלעגראם ↗
👁 169
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ח אייר תשפ״ו · May 15, 2026 · 1:05 PM
#2930
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'רעיתי אווענט' פאר די הונדערטער נשים צדקנית פון די תלמידות הבית רחל פארגעקומען פארגאנגענעם מיטוואך פרשת אמור אין די זאל פון עידן פעלעס אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 179
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד אייר תשפ״ו · May 11, 2026 · 12:34 PM
#2922
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבה 'לגיון של מלך' פאר אלע אברכים צעירים תושבי ק"י לטובת מוסדות יטב לב, פארגעקומען פארגאנגענעם מיטוואך אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס אין ק"י בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 247
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ׳ אייר תשפ״ו · May 7, 2026 · 11:02 AM
#2918
🌴בצל מורינו🌴
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבה 'לגיון של מלך' פאר אלע אברכים צעירים תושבי ק"י לטובת מוסדות יטב לב, פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
~🌴~
🎧
דרשת הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מסיבת יטב לב ק"י ד' בה"בהערט אויף טעלעגראם ↗
👁 255
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אייר תשפ״ו · May 6, 2026 · 9:07 PM
#2916
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת אמור - פסח שני =

אינדערפרי ארום 7:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך ארום 9:05 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען ארום 10:05 איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין.

אום 10:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט אפגעראכטן א סעודה לכבוד פסח שני,
דער רב האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק,
דערנאך האט מען אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה,
אין די זופ איז געליגן קניידלעך און א מצה כרעמזל,
במשך דעם סעודה האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה ארויסברענגנדיג די געוואלדיגע חיזוק וואס מען דארף ארויסנעמען פון פסח שני,
דערביי האט דער רב אויך ארומגערעדט איבער די ווייטערדיגע פרטים פאר 'חבורת קדושת יו"ט' און געענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען געבענטשט, און ארום 12:05 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 242
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אייר תשפ״ו · May 6, 2026 · 9:07 PM
#2915
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אמור =

אינדערפרי ארום 7:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך אום 8:55 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין,
ארום 11:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 8:40 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יחזקאל וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' שלמה הערצאג הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מענדל בר"מ הירש הי"ו און מוה"ר יחזקאל ווערצבערגער הי"ו, אין די זאל פון הדר ריזל, און דער רב האט געליינט תנאים.

שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען דעם יערליכן דינער פון כולל שומרי החומות בארה"ק,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, צווישן אנדערע מיט האדמו"ר מפאפא שליט"א הגה"צ אבד"ק צעהלים שליט"א און מיט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פון ארה"ק וועלכע האט געדינט אלס אורח הכבוד.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף א ניחום אבלים ביי משפחת וואלטער היושבים ע"פ אמם ע"ה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אייר תשפ״ו · May 6, 2026 · 9:07 PM
#2914
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת אמור =

אינדערפרי ארום 7:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה דורך שלום נעמען לרגל התחלת הזמן,
און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין,
דערנאך האט דער רב אריינגערופן גבאי חבורת 'לבאי באורייתא' שע"י יוצאי ישיבה קטנה סניף נזר התורה און זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
ארום 10:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בביתו הנהלת כולל שומרי החומות לאדענען צום בעפארשטייענדע דינער השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט - פסח שני אין די זאל פון קאנטינענטאל
דער רב האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך אום 9:10 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים מאיר פישער הי"ו און מוה"ר יעקב יושע ווערצבערגער הי"ו, אין די זאל פון אפריון.

אום 10:20 איז דער רב אנגעקומען אין די עידן פעלעס זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם 'מאמע אווענט' פאר די הונדערטער נשים צדקניות פון די תלמידות הבית רחל, און הר"ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
אום 10:30 האט דער רב משמיע געווען א דרשה נלהבה בעניני צניעות ומסורה ובדברים העומדים על הפרק הצריכים חיזוק, און דערביי פראקלאמירט דעם אומערווארטעט פריוואטע אינטערנעמונג וואס דער רב האט זיך אינטערגענומען צו געבן $200 פאר יעדע שייטל וואס מען וועט פארקערצערן צום שיעור הכשרה ביזן יו"ט שבועות און $150 פאר יעדע שייטל וואס מען וועט פארקערצערן ביז די ימים נוראים הבעל"ט און איבערגעגאנגען די תקנות המוסדות און געענדיגט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 120
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אייר תשפ״ו · May 6, 2026 · 9:07 PM
#2913
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת אמור =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 7:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק'.

ארום 7:50 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר ווי עס איז פארגעקומען א 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת מוסדות יטב לב צווישן אנשי שלומינו תושבי וומ"ס און ב"פ,
און הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו ב"פ ארויסברענגנדיג די גרויסקייט פונעם זכות פון שאפן געלט פאר מוסדות אין ארה"ק וואס גייען אן על טהרת הקודש,
אום 8:20 האט דער רב משמיע געווען דברי שבח פון מוסדותינו הק' בארה"ק און די גרויסע סגולה פון שטיצן עניי ארץ ישראל,
דער רב האט פארציילט עטליכע מופתים וואס מען זעהט בחוש היינט צוטאגס דורכן שטיצן מוסדות ייטב לב בארה"ק און אזוי אויך עטליכע פערזענליכע מעשיות וואס דער רב האט בייגעוואוינט, דערנאך האט דער רב איבערגעגעבן א נדבה חשובה וואס דער רב האט זיך אמאל אונטערגענומען בעת הצורך, און דערביי בייגעשטייערט דעם יערליכע סומע פון א מלמד לשבוע, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד און דער רב האט ממשיך געווען מיט'ן דרשה ברשות אביו הגדול מרן רבינו שליט"א,
דער רב האט געענדיגט דעם דרשה ארום 8:45,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט די ווערטער פון די נעכטיגע אסיפה אין ק"י אז די מטרה פון די אסיפה איז אוועקצושטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב מיט קביעות'דיגע חודש'ליכע נדבות פון אלפי אנשי שלומינו,
און געזאגט אז "מיין זוהן, דער רב האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, כהאב נישט וואס מוסיף צו זיין אויף זיינע ווערטער, ער האט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט בהשכל ובדעת אזוי אז יעדער איינער האט עס דערהערט און יעדער האט פארשטאנען און גענומען א פליכט אויף צו ארבעטן פאר מוסדות יטב לב!"
און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכה פאר אלע עסקנים,

דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די סדר הקאמפיין,
דערנאך האבן אלע עסקנים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער,
דער רב האט פארלאזט ארום 9:10.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אהרן עקשטיין הי"ו און מוה"ר ישראל בנימין ליכטנשטיין הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 145
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אייר תשפ״ו · May 6, 2026 · 11:59 AM
#2911
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים דינער השנתי לטובת כולל שומרי החומות פארגאנגענעם דאנערשטאג אמור אויפדערנאכט ליל פסח שני אין די זאלן פון קאנטינעטל אין וומ"ס.
   ~🌴~
👁 164
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אייר תשפ״ו · May 4, 2026 · 12:56 PM
#2910
🌴בצל מורינו🌴

קונטרס 'אמירה נעימה' דברי תורה ע"י כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לכבוד ל"ג בעומר געזאגט משך די פארגאנגענע יאר שנת תשפ"ה בעת מסע החיזוק בעיר הבירה לאנדאן.
~🌴~
📄אמירה_נעימה_ל''ג_בעומר_260429_202007.pdf
עפנט אויף טעלעגראם
👁 178
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ג אייר תשפ״ו · Apr 30, 2026 · 10:53 PM
#2908
🌴בצל מורינו🌴
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת 'מוסדות יטב לב' צווישן אנשי שלומינו תושבי וומ"ס און ב''פ, פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג אויפדערנאכט אין די זאל פון גינת אסתר אין וומ"ס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
🎧
דרשה אצל אסיפת שרי האלפים לטובת מוסדות יטב לב ג' אמור תשפ''ו באולם…הערט אויף טעלעגראם ↗
👁 267
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ג אייר תשפ״ו · Apr 30, 2026 · 4:35 PM
#2903
🌴 בצל מורינו 🌴
הנהלת כולל שומרי החומות בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איינצולאדענען צום בעפארשטייענדע דינער וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין וויליאמסבורג.
   ~🌴~
👁 250
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א אייר תשפ״ו · Apr 28, 2026 · 10:48 AM
#2902
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת אמור =

אינדערפרי ארום 7:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אינעם ביהמ"ד במקום הנופש פאלם ספרינגס,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען האט זיך דער רב באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וועלכע איז געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.

ארום 12:15 האט דער רב פארלאזט בית האכסניא אויפ'ן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד, און ארום 1:20 האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.

"ברוך הבא בשם השם"

ארום 9:05 האט די פליגער געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד,
פון דארט איז דער רב געפארן א וועג פון בערך 45 מינוט קיין וויליאמסבורג,
תיכף ביים אנקומען ארום 10:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול חדר ד', און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.

נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 226