🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2946
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בהר - בחוקותי =

אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף נ"ה ע"ב - נ"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:20,
און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן רבינו תם תפילת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנציון שטראססער הי"ו און מוה"ר דוד פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יוסף אהרן ראזענבערג הי"ו און מוה"ר אלכסנדר ראזענפעלד הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא,
און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם בער שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

אום 10:30 איז דער רב אנגעקומען אין די עידן פעלעס זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם 'רעיתי אווענט' פאר די הונדערטער תלמידות הבית רחל וואס האבן געלערנט אין סקול במשך די לעצטע יארן פון צוועלפטע קלאס ביז זיבן יאר ארויס פון סקול, אזוי אויך זענען געווען פארזאמעלט אלע סקול איינגעשטעלטע פון אלע אפטיילונגען,
דער רב האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה בעניני צניעות ומסורה ובדברים העומדים על הפרק הצריכים חיזוק, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די קאפ צודעק ביי די נשים וכל המסתעף און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך נישט שעמען ווען מען גייט מיר אויסגעהאלטן נאר פונקט פארקערט מ'דארף וויסן אז מ'טוט די ריכטיגע זאך,
דער רב האט שארף אראפגעריסן די פילע מאדעס המחדשים למיניהם וואס שלעפט אריין די יונגע דור אין נייע זאכן אשר לא שערום אבותיכם און מאכט אן חורבנות אין אידישקייט, און איבערגעגאנגען די תקנות המוסדות און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם זאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 104