🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת אמור =
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 7:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק'.
ארום 7:50 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר ווי עס איז פארגעקומען א 'אסיפת שרי האלפים' פאר די אריבער הונדערט עסקנים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען אויפצוטרייבן יערליכע גרעסערע סכומים לטובת מוסדות יטב לב צווישן אנשי שלומינו תושבי וומ"ס און ב"פ,
און הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו ב"פ ארויסברענגנדיג די גרויסקייט פונעם זכות פון שאפן געלט פאר מוסדות אין ארה"ק וואס גייען אן על טהרת הקודש,
אום 8:20 האט דער רב משמיע געווען דברי שבח פון מוסדותינו הק' בארה"ק און די גרויסע סגולה פון שטיצן עניי ארץ ישראל,
דער רב האט פארציילט עטליכע מופתים וואס מען זעהט בחוש היינט צוטאגס דורכן שטיצן מוסדות ייטב לב בארה"ק און אזוי אויך עטליכע פערזענליכע מעשיות וואס דער רב האט בייגעוואוינט, דערנאך האט דער רב איבערגעגעבן א נדבה חשובה וואס דער רב האט זיך אמאל אונטערגענומען בעת הצורך, און דערביי בייגעשטייערט דעם יערליכע סומע פון א מלמד לשבוע, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד און דער רב האט ממשיך געווען מיט'ן דרשה ברשות אביו הגדול מרן רבינו שליט"א,
דער רב האט געענדיגט דעם דרשה ארום 8:45,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט די ווערטער פון די נעכטיגע אסיפה אין ק"י אז די מטרה פון די אסיפה איז אוועקצושטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב מיט קביעות'דיגע חודש'ליכע נדבות פון אלפי אנשי שלומינו,
און געזאגט אז "מיין זוהן, דער רב האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, כהאב נישט וואס מוסיף צו זיין אויף זיינע ווערטער, ער האט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט בהשכל ובדעת אזוי אז יעדער איינער האט עס דערהערט און יעדער האט פארשטאנען און גענומען א פליכט אויף צו ארבעטן פאר מוסדות יטב לב!"
און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכה פאר אלע עסקנים,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די סדר הקאמפיין,
דערנאך האבן אלע עסקנים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער,
דער רב האט פארלאזט ארום 9:10.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אהרן עקשטיין הי"ו און מוה"ר ישראל בנימין ליכטנשטיין הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל.
דערנאך ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 145