🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2945

= רעוא דרעוין =

ארום 8:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר שמעון פריעד הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו - ק"י,
לוי: מוה"ר נפתלי הערש פריעדמאן הי"ו,
שלישי: מוה"ר משה דוד גוטמאן הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שיר המעלות: הר"ר שמעי' מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דער רב האט אויסגעטייטשט דעם פסוק 'אמור אל הכהנים בני אהרן לנפש לא יטמא בעמיו' וואס רש"י זאגט 'להזהיר גדולים על הקטנים' און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון דאווענען מיט כוונה, דערביי האט דער רב צוגעברענגט דעם נועם מגדים וואס זאגט אז תפילת שחרית איז ווי א ארי אבער אויב דאווענט מען אן כוונה איז עס ווי א כלב, און אויף דעם איז די עצה אז מען זאל דאווענען בציבור אזוי איז דער באשעפער אזויווי א גדול עומד על גביו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הר"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער שליט"א,
קל מסתתר: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א,
און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 98