🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״א אייר תשפ״ו · Apr 28, 2026 · 10:48 AM
#2902
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת אמור =

אינדערפרי ארום 7:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אינעם ביהמ"ד במקום הנופש פאלם ספרינגס,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען האט זיך דער רב באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וועלכע איז געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.

ארום 12:15 האט דער רב פארלאזט בית האכסניא אויפ'ן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד, און ארום 1:20 האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.

"ברוך הבא בשם השם"

ארום 9:05 האט די פליגער געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד,
פון דארט איז דער רב געפארן א וועג פון בערך 45 מינוט קיין וויליאמסבורג,
תיכף ביים אנקומען ארום 10:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול חדר ד', און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.

נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 226