🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י׳ אייר תשפ״ו · Apr 27, 2026 · 9:09 PM
#2901
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת אמור 9:05 אויפדערנאכט =
"ברוך הבא בשם השם"

די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט נארוואס געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד נאכ'ן וויילן די פארגאנגענע צוויי וואכן אין פאלם ספרינגס - קאליפארניע אויף מנוחת הנפש.
~🌴~
👁 225
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:54 AM
#2897
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תזו"מ =

אין די פארטאגס שעה'ן האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בביהמ"ד הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אויפ'ן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

ארום 8:30 אינדערפרי האט זיך די פליגער פונעם רב געהויבן און האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשאנעל לופטפעלד ארום 11:25 ארטיגע זייגער, 2:25 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער.

דער רב איז צוגעפארן צו בית האכסניא,
שפעטער ארום 7:10 איז דער רב אריינגעקומען אינעם שטאטישן ביהמ"ד צו תפילת מנחה,
צווישן מנחה און מעריב האט זיך דער רב באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועלכע האלט זיך אויך אויף אין די טעג אין פאלם ספרינגס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר א לענגערע צייט.

דער רב וועט וויילן אין פאלם ספרינגס קאליפארניע אויף מנוחת הנפש במשך די קומענדיגע צוויי וואכן ביז דינסטאג פרשת אמור,
זיך צו פארבינדן מיטן רב קען מען רופן 917-474-1913.

דער רב דאווענט אינעם ארטיגן שטאטישן ביהמ''ד אויף
250 E Palm Canyon Dr, Palm Springs, CA 92264
תפילת שחרית אום 7:30 אינדערפרי,
תפילת מנחה אום 7:10 נאכמיטאג,
און תפילת מעריב ביים זמן ר''ת.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 403
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2896
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תזו"מ - יומא דהילולא קדישא של רביה"ק בעל ברך משה זי"ע =

אום 12:55 מיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין בית החיים דקהלתינו הק' אין ק"י וואו דער רב האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב און געצינדן ליכט און געזאגט די מזמורי תהלים אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א,
דערנאך ארום 1:20 האט דער רב פארלאזט דעם ביה"ח אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביתו אינאיינעם מיט תלמידי שיעור ג' פון ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארהערט די בחורים אויף הלכות תערובות פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט ארויסגעברענגט מיט התפעלות וויאזוי די בחורים האבן געקענט און אנגעוואונטשן הצלחה לקראת דעם קומענדיגע זמן,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00.

ארום 7:20 איז דער רב אנגעקומען בביתו החדש פון הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו צו א קביעת מזוזה,
ביים אנקומען האט דער רב קובע געווען א מזוזה אויפ'ן הויפט אריינגאנג,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די הלכות פון מאכן א ברכה אויף א מזוזה, און איבער די שטוינענדע אויפטוה וואס רבינו שליט"א האט געמאכט מיט די דירות פרייזן, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דער רב האט פארלאזט אום 7:45 און אינדרויסן האט הרה"ח ר' משה יוסף פרידלענדער הי"ו אנגעוויזן פאר'ן רב פילצאליגע נייע דירות וואס ווערן געבויט בשכינות לויט די פרייזן וואס רבינו שליט"א האט אוועקגעשטעלט.

אום 7:50 איז דער רב אנגעקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א וואו דער רב האט זיך געזעגנט מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א איידערן אפרייזן קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע אויף מנוחת הנפש.

אום 8:35 איז דער רב אנגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומא דהילולא בראשות אביו הגדול מרן רבינו שליט"א.
ארום 10:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד נאכן טיש.

ארום 10:20 האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' יואל ברק"ק עקשטיין הי"ו אין די זאל פון שאפינג סענטער.
אום 10:40 איז דער רב אנגעקומען לביתו וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב,
שפעטער ארום 12:05 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וומ"ס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 268
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2895
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תז"מ =

ארום 9:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומא דהילולא פון זקינו הגה"ק בעל דברי חיים מ'צאנז זי"ע.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף מ"ט ע"ב - נ"ב ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:20 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר א' און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר דוד מיטטעלמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2894
= מוצאי שבת קודש =

ארום 11:30 איז דער רב ערשינען בהיכל בית מדרש הגדול וואו עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה רבתי לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מרן בעל דברי חיים זי"ע, און לקראת דעם יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
מען האט געזינגען די זמירות למוצאי שבת,
דערנאך האט הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

אום 12:20 האט דער רב משמיע געווען דבר הילולא ודברי זכרון,
דער רב האט ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא מרן קוה"ק בעל דברי חיים זי"ע און עובדות וספירי קודש פון רביה"ק מרן בעל ברך משה זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג כ"ו ניסן,
דער רב האט שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען ספר הק' דברי חיים, און ארויסגעברענגט די קשר וואס רבותיה"ק זי"ע האבן געהאט מיטן דברי חיים,
וליבלחט"א די קשר פון מרן רבינו שליט"א צום דברי חיים, וועלכע האט געהאט די זכי'ה אז הרה"ק ר' מענדל מ'סטראפקאוו האט געדינט אלס סנדק ביים ברית וועלכע איז געווען א תלמיד פונעם דברי חיים,
ציווישן אנדערע האט דער רב פארציילט א מעשה נורא איבער א דאקטאר וואס איז צוריקגעקומען צום אידישן וועג פון איינמאל מיטהאלטן א תפילת מנחה ביים הייליגן דברי חיים,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די גדלות פונעם רבי'ן ז"ל בעל ברך משה וועלכע האט זיך אריינגעלייגט אין יענעם'ס מצב סיי ביים אויפנעמען קוויטלעך וואו דער רבי האט אויפגענומען בשבר פנים יפות און די זעלבע ווען אימער א איד איז צוגעקומען האט די זיידע דער רבי ז"ל זיך אינגאנצן אריינגעווארפן אין די מצב,
איידער דער רבי ז"ל האט איבערגענומען דעם הנהגה האבן עטליכע פריינד פונעם רבי'ן געוואלט אפרעדן אבער דער רבי האט זיך נישט געלאזט זאגנדיג אז ער קען נישט צוקוקן ווי די גאנצע עבודה פונעם פעטער זאל גיין לאיבוד,
דערנאך האט דער רב אויפגעפרישט זיינע זכרונות פונעם זיידן אלץ סיגוטער רב אין בארא פארק, וואו דער רב האט זיך אויסגעדריקט אז די עבודת הק' אלס רבי איז געווען פונקט ווי אינעם קליינעם סיגוטער ביהמ"ד און אפשר אין סיגוט איז גאר געווען שטערקער, לדוגמא שמחת תורה האט אפט געקענט פאסירן אז דער רבי זאל אריינהאקן אין די אנוועזענדע בשעת'ן אפרעכטן די עבודת הק' פון די הקפות,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די הרגשים ווען מען דערמאנט זיך די השתפחות הנפש ביי יעדע תפילה פיל מיט געגועים וכסיפים, און דערביי האט דער רב דערמאנט איבער די התבטלות וואס דער רבי האט געהאט פאר א תלמיד חכם כעבדא קמא מרא,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט באריכות פונעם כח התורה פונעם רבי'ן און די פילע בענדער וואס מען וואלט געקענט ארויסגעבן פון די אלע חידושים נפלגים וועלכע האבן זיך געגאסן פון זיין הייליג מויל,
און דער רב האט צוגעענדיגט אז די אלע תפילות וואס אידן זענען זיך שופח שיח על קברו זענען קאי וקיים און די צדיק איז משפיע פאר אונז פון אויבן,
און דער רב האט דערמאנט דעם כ"ה ניסן תשנ"ד ווען דער רבי איז געפארן צום יארצייט קיין צאנז האט דער רבי געבעטן ביים באגלייטן מוצאי יו"ט פסח אז אין די צייט וואס דער רבי גייט זיין ביים ציון הק' זאל מען זיך צוזאמענעמען און מאכן מניני תהלים,
דער רב האט דערציילט אז ווען די קינדער פונעם הייליגן דברי חיים האבן געמאכט דעם נוסח המציבה האבן זיי געוואלט שרייבן 'לא הניח כמותה' אבער די שינאווער רב ז"ל האט זיך קעגן געשטעלט און געפרעגט "ווער זאגט אז עס וועט נישט זיין נאך איינער אזוי ווי דעם טאטע'ן?" אבער די לשון 'דבוק ביצרו כחד משרפי מעלה' האבן אלע מסכים געווען,
און דערנאך האט דער רב מסיים געווען בקול חנוק מדמעות מיט ברכות לרוב בזכות פון די גרויסע זיידעס ביז מען וועט זוכה זיין בהתגלות כבוד שמים עלינו בביאת גוא"צ בב"א.

מען האט געענדיגט ארום 12:55 און דער רב האט פארלאזט דעם ביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 140
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2893
🌴בצל מורינו🌴
= שב"ק פרשת שמיני =

פרייטאג - אסרו חג ארום 7:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.

ערש"ק ארום 7:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יודא לאנדא הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התלהבות.

דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לקראת די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל דברי חיים מ'צאנז זי"ע וועלכע געפאלט זונטאג - כ"ה ניסן, און די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע געפאלט מאנטאג - כ"ו ניסן,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יהושע ווייס הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף לאנדא הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי ומדרשי הפרשה און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הר"ר יצחק מאיר ווערצבערגער שליט"א,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבה גדולה ומתיבתא דמוסדותינו הק' לאנדאן.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהלהבות אש קודש,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2892
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' חיים אלישע שטערן שליט"א - אב"ד קהל חסידים בעיסוואטער,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= ליל אחרון של פסח =

ארום 8:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: מוה"ר אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו.

ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: מוה"ר אברהם וויינשטיין הי"ו,
מען האט געזינגען ביי 'המעביר בניו' כנהוג,
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 9:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= יום אחרון של פסח =

ארום 9:45 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה שחרית והלל: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק',
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' מענדל לאנדא הי"ו.

נאכ'ן ליינען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און מען האט געזאגט יזכור אין ביהמ"ד,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית מילה לבן הנולד אצל ר' שאול ירמי' בר"מ גלאנצער הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה,
דערנאך איז די ציבור אריבער זאגן א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבערגעגאנגען אינאיינעם מיט די קינדער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו - ראה"ק דק"ק עצי חיים סיגוט, וואו דער רב האט מקיים געווען די מנהג פון זיך מישן אום אחרון של פסח,
דער רב האט געמאכט קידוש, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' חיים יושע און די בני המשפחה, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם שטוב אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= נעילת החג =

ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב ארויף אויפ'ן אויבנאן צום מעמד נעילת החג,
עס זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער אנשי שלומינו, זקנים עם נערים, בעלי בתים ואברכים, און פילצאליגע בחורי חמד וילדי תשב"ר, ובראשם רבני ודייני קהילתינו הק',
צום ערשט האט מען געזינגען ניגוני יו"ט פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
באזונדער זענען אריבער די אנשי שלומינו וועלכע זענען א גאנץ יאר עוסק אין די חסד של אמת אין ראם פון חברא קדישא דקהלתינו הק', און דער רב האט געוואונטשן לחיים פאר יעדן באזונדער.

דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום ארומרעדנדיג בעניני הלל והודאה און איבער דעם טאג אחרון של פסח,
צווישן אנדערע האט דער רב נאכגעזאגט פון ספרים אז נשמת ווערט אויך אנגערופן הלל און געברענגט עטליכע ראיות דערצו, דערויף האט דער רב מחדש געווען אז שביעי של פסח האבן די אידן ביים ים געזאגט הלל המצרי און אחרון של פסח האבן די אידן געזאגט נשמת און מיט דעם פארענטפערט די סתירה בדברי רש"י הק' ווען אידן האבן געזאגט שירה,
באזונדער האט דער רב געזאגט עטליכע טעמים פארוואס די טאג ווערט אנגערופן אחרון של פסח און נישט שמיני של פסח, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט און ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט, דערביי האט מען געזינגען דעם ניגון 'חסל סידור פסח' ברגש דקדושה פילצאליגע מאל, און דער רב האט פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג .
~🌴~
👁 111
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2891
🌴בצל מורינו🌴
= ימים האחרונים של פסח בצל מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בקרב קהילתינו הק' אין וויליאמסבורג =

ערב שביעי של פסח ארום 8:10 פארנאכטס איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
בעל תפילה מעריב: הרה"ח ר' ליפא בר"י שווארץ הי"ו,
מען האט געזינגען ביי 'המעביר בניו' כנהוג,
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת און א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 9:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= מעמד שירת הים =

ארום 12:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום מעמד שירת הים בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו מכל רחבי העיר ובראשם רבני ודייני קהילתינו הק',
דער היכל הביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט אויף גאר א גרויסן פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס זענען געקומען מיטהאלטן די דערהויבענע שירה בראשות דעם רב שליט"א.

מען האט אנגעהויבן מיט ניגוני יו"ט פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט טועם געווען פירות און דערנאך געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מיטן פיוט האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי השירה און אויף די פסוקים פון הלל, און געזאגט טרעפליכע טייטשן משולב בדברי מוסר והתעוררות,
צווישן אנדערע האט דער רב מפרש געווען די קאפיטל פון בצאת ישראל ממצרים, אז מען פרעגט דעם ים פארוואס ער איז אנטלאפן און ער האט זיך געשפאלטן, ענטפערט די ים ווייל אלע אבות הקדושים האבן זיך געפונען דארט בשעת קריעת ים סוף, און דאס איז פשט אין פסוק, מלפני אדון, וואס די גמרא זאגט אז עד שבא אברהם האט קיינער נישט גערופן דעם באשעפער מיט'ן נאמען אדון, חולי ארץ, דאס איז דאך פחד יצחק, און מלפני אלוה יעקב, דאס איז יעקב אבינו.

אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם ענין פון שמירת עינים, און לפי זה אויסגעטייטשט דעם פסוק אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים, דער רב האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז ביים ים האט דער באשעפער מוחל געווען אלע עבירות פאר אידן, ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז די אידן זאלן זאגן שירה מיט א מורא'דיגע שמחה,
און דער רב האט צוגעלייגט אז די אידן זענען נאכאלץ געווען באזארגט איבער די ראיות אסורות וואס זיי האבן געזען אין מצרים, ווייל אפי' דער אויבערשטער האט זיי עס מוחל געווען וועט עס אבער בלייבן ביי זיי אין מח אויף אייביג, האט משה רבינו זיי געזאגט אז אשר ראיתם את מצרים היום לא תוסיפון לראותם עוד עד עולם, עטס וועסט מער נישט האבן די ראיות אסורות אין קאפ,
דערביי האט זיך דער רב צופייערט און געזאגט אז דאס איז געווען כדי די אידן זאלן קענען זאגן שירה מתוך שמחה, אויב אזוי איז דאס די סגולה פון זאגן שירה מתוך שמחה אז מ'קען זיך ארויסזען פון אלע ראיות אסורות, און דער רב האט מאריך געווען בקול חוצב להבות אש איבער די מעלה און סגולה פון זאגן שירה בשמחה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
נאך חצות הלילה האט זיך דער רב אויפגעשטעלט און געטאנצן די פסוקי שירת הים מיט א פלאם פייער ורגש דקדושה פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט'ן גאנצן פארזאמלטן ציבור,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 1:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= יום שביעי של פסח =

ארום 10:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו פסוקי דזמרה און פארגעזאגט הלל הגדול און די פסוקי שירת הים פסוק בפסוק בשלהבת אש קודש כנהוג ביום שביעי של פסח,
דער רב האט ממשיך געווען מיט תפילת שחרית און פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק', הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א - מנה"ר בית רחל דמוסדותינו הק',
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אברהם חיים מוטצען שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א - ראש המנהלים דמוסדותינו הק',
שלישי: הרה"ח ר' ירוחם חיים פישל ריספלער הי"ו - מראה"ק,
רביעי: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו,
חמישי - שירה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו,
גלילה: מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק,
הגבה: הרה"ח ר' יצחק אביגדור פרענקל הי"ו,
גלילה: מוה"ר דוד לייבוש גוטמאן הי"ו.
👁 172
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז ניסן תשפ״ו · Apr 14, 2026 · 10:53 AM
#2887
🌴בצל מורינו🌴
סיפורי קודש ודברי זכרון דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביים מלוה מלכה לרגל די יומדה"ק פארגאנגענעם מוצש"ק שמיני בביהמ"ד הגדול וומ"ס.
~🌴~
🎧
סיפורי קודש ודברי זכרון ע"י הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מזקינו מרן…הערט אויף טעלעגראם ↗
👁 197
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ז ניסן תשפ״ו · Apr 14, 2026 · 9:41 AM
#2886
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תזו"מ =

"כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך"

היינט אין די פארטאגס שעה'ן האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס - קאליפארניע וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן משך די קומענדיגע צוויי וואכן אויף מנוחת הנפש.

די פליגער פונעם רב האט זיך געהויבן היינט אינדערפרי ארום 8:30 פונעם נוארק לופטפעלד און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם פאלם ספרינגס לופטפעלד ארום 11:25 ארטיגע זייגער (2:25 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער)

~🌴~
👁 194
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ו ניסן תשפ״ו · Apr 13, 2026 · 11:30 PM
#2876
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים היינט נאכמיטאג בביתו החדש פון הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
~🌴~
👁 222
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ו ניסן תשפ״ו · Apr 13, 2026 · 8:11 PM
#2875
🌴בצל מורינו🌴
סיפורי קודש ודברי זכרון דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביים מלוה מלכה לרגל די יומדה"ק פארגאנגענעם מוצש"ק שמיני בביהמ"ד הגדול וומ"ס.
~🌴~
📄הילולת הברך משה.pdf
עפנט אויף טעלעגראם
👁 180
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ו ניסן תשפ״ו · Apr 13, 2026 · 2:52 PM
#2872
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פוקד זיין די ציון הק' פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביומא דהילולא קדישא בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 184
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ה ניסן תשפ״ו · Apr 12, 2026 · 9:26 PM
#2871
זונטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל אינעם מנין הגדול פון רבינו שליט"א,
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אינעם מנין פון רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף קנין תורה מאנסי.

מאנטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל אינעם מנין הגדול פון רבינו שליט"א,
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א וואו רבינו שליט"א איז געווען סנדק ומוהל און דער רב איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינעם מנין פון רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און דערנאך איז דער רב אהיימגעפארן קיין וומ"ס.

ארום 11:45 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהלתינו הק'.

דינסטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 175
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ה ניסן תשפ״ו · Apr 12, 2026 · 9:26 PM
#2870
🌴בצל מורינו🌴
= ימים ראשונים של חג הפסח - ימי חול המועד =

במשך די ערשטע טעג יום טוב האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל וואו דער רב האט מיטגעהאלטן אלע תפילות און טישן במשך יו"ט און שבת חול המועד.

ליל א' דיו"ט נאכ'ן אפרעכטן די סדר בביתו איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול מרן רבינו שליט"א אויף צאנז קט. וואו דער רב האט מיטגעהאלטן די צווייטע חלק סדר פון הלל און ווייטער.

די צווייטע טאג יו"ט אינדערפרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן ליינען האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער אין שטוב פון הר"ר יוסף גראס שליט"א אין שכונת ברך משה המורחבת וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לו למז''ט,
דער רב איז געווען סנדק, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים אויף אייגענע מאסט, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל ברית ובני משפחתו.

שבת חוה"מ נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול וואו דער רב האט משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע דרשת החג מיט טרעפליכע רעיונות בדבריו הנעימים,
דער היכל הביהמ"ד איז געװען פול מן הקצה אל הקצה מיט א ציבור לאלפים וואס זענען זיך צוזאמגעקומען לשמוע את דבר ה',
דער רב האט אנגעהויבן ארויסברענגנדיג א לענגערע צייט די גרויסקייט פון אמירת הלל ובפרט בימי הפסח וואו עס ווערט עטליכע מאל דערמאנט יציאת מצרים אין די פסוקים פון הלל,
דערנאך האט דער רב אויסגעטייטשט עטליכע פסוקים פון הלל אויף פילע מהלכים בדרך מוסר וחסידות,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב געשטעלט אויפ'ן פסוק 'לא אמות כי אחיה ואספר מעשי קה' וואס דאס איז א דאפלטע לשון, און עס פארענטפערט מיט דעם וואס די גמ' זאגט אז אויב א מענטש איז ריכטיג מחנך זיינע קינדער און זיי פירן זיך אויפ'ן ריכטיגן וועג אפי' נאכדעם וואס ער גייט אוועק פון די וועלט, ווערט דער מענטש נישט אנגערופן מת, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער וועג צוצוקומען צו דעם איז דורכ'ן פארציילן מעשי קה און אריינבאקן אמונה און אידישקייט אין די קינדער,
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט אז א איד דארף ארבעטן שבת קודש אנצוצינדן אן אש דקדושה אין שטוב וואס דורכדעם וועט ברענען דעם פייער א גאנצע וואך, און דער מהלך דערצו איז אז מען זאל גיין אין ביהמ"ד און עוסק זיין בתורה ועבודה, און דערמיט האט דער רב אויסגעטייטשט דעם פסוק 'לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת'.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט אז פסח איז דא דריי מצוות, פסח, מצה און מרור, די קרבן פסח ווייזט אויף חירות, מצה ווייזט סיי אויף שעבוד ווייל ס'איז לחם עוני, און סיי אויף חירות ווייל ס'איז געווען שלא הספיק בצקם להחמיץ, און מרור ווייזט נאר אויף שעבוד,
אבער מדינא זעהט מען אז עס איז פונקט פארקערט, פסח האט די מערסטע הלכות און ס'איז זייער איינגעצוימט, מרור האט נישט עפעס מורא'דיגע הלכות, און מצה האט הלכות אבער נישט קיין איינגעצוימטקייט,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס ווייזט אז נישט אלעס איז אזויווי עס זעהט אויס, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם פסוק 'אודך כי עניתני ותהי לי לישועה', דווקא ווען עס איז עניתני, דעמאלסט קומט די ישועה, אבער אפי' ווען עס געשעהט יא א זאך וואס קוקט נישט אויס די בעסטע, דארף מען וויסן אז 'מאת ה' היתה זאת' אפי' מען פארשטייט נישט די טעם, און מ'איז ממשיך 'זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו', היום גייט ארויף אויף ראש השנה, בעט מען דעם באשעפער 'אנא ה' הושיעה נא' העלף אונז בזכות נ"א - די 51 טעג פון ר"ח אלול ביז שמחת תורה.

דערנאך האט דער רב מדייק געווען אינעם פסוק 'ברוך הבא בשם השם' אז מען רעדט נאר פון ביאה, מען רעדט נישט פון קיין יציאה, ווייל א איד דארף אריינגיין אין א יום טוב און מיטנעמען די יום טוב מיט זיך, און דאס מיינט די פסוק 'פתחו לי שערי צדק', מען דארף וויסן וויאזוי מען ניצט די טויער, בלויז צום אריינגיין אין א מצוה און נישט ארויסקומען,
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט וואס רבינו שליט"א דערמאנט כסדר איבער די הבדל און די צווישנשייד פון די מחנה אלקים און די מחנה מגושמים, און אויפגעפאדערט אז מען זאל זיך האלטן צום ערליכן מסורה'דיגן וועג ווייל נאר אזוי ווערט מען אנגערופן מחנה אלקים און נישט דורכדעם וואס יעדער מאכט אליינס אפ וואס מען מעג טון,
דער רב האט ממשיך געווען איבער די מאדעס פון אוועקפארן פסח צו האטעלן און באזונדער ארומגערעדט איבער זהירות אין כשרות המאכלים, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
👁 148